====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.3 אַ חתונה אין שטעטל

צוריק צו: 10.2 אין זיך: גייסטישע צוגרייטונג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "טומבאַלאַלייקאַ"

********

(17:00) 

עס איז נאָכמיטאָג. קײן מאָלצײַט איז הײַנט ניט געװען (קײן פֿרישטיק אױך ניט) – סײַדן עמעצער האָט בסוד עפּעס אַרײַנגעכאַפּט. די אײנציקע װאָס האָבן עפּעס יאָ געגעסן זײַנען די צװײ ייִנגסטע, װאָס גײען הײַנט ניט חתונה האָבן: די 11 יעריקע חנה נױמאַן [#1], און די 16 יעריקע מלכּה געגערמאַן [#8]. און כאָטש די שװאַנגערע מינדל אײדלשטײן [#2] האַלט זיך אײַן פֿון עסן און טרינקען, קען די צװײטע שװאַנגערע מײדל – ליבע סאָבאָל [#21] ניט אױסהאַלטן, און טרינקט אױס אַ גלאָז-צװײ װאַסער.

פּלוצלונג הערט זיך קלאַסישע מוזיק פֿון די הילכערס װאָס רינגלען אַרום דעם קלײנעם געצעלטן דערפֿל. עס רײַסט באַלד אָבער איבער דעם קול פֿונעם פּאַסטעך װאָס רופֿט זײ אַלעמען זיך צו פֿאַרזאַמלען אױפֿן טרײַענגל-פּלאַץ. די מײדן קומען זיך צונױף – װער לױפֿנדיק מיט שׂמחה און באַגײַסטערונג װי קלײנע קינדער װאָס מע רופֿט זײ צו באַקומען חנוכּה געלט... און אַנדערע הײבן קױם אױף די פֿיס און גײען װי אױף אַ לװיה... אָבער אַלע, אָן אױסנאַם, קומען אָן ... בלױז דעם פּאַסטעך זעט מען ניט. ער פֿאַרזאַמט זיך. נאָכן שטײן עטלעכענע מינוט שװײַגנדיק און אױסגעצױגן, הײבן זײ אָן צו שושקען צװישן זיך, ניט פֿאַרשטײענדיק װאו עס איז דער פּאַסטעך.

אָט באַװײַזט ער זיך. אַלע שטילן זיך אײַן. ער קומט צו נעענטער צו די מײדן, גײט זײ אַזױ פֿאַרבײַ עפּעס װי אַן אָפֿיציר װאָס פֿירט אַדורך אַן אינספּעקציע פֿון זײַנע זעלנער, דרײט זיך אױס, און מאַרשירט ממש אױף צוריק, קוקנדיק, זוכנדיק... די מײדן װײסן ניט װאָס ער זוכט. זײ פֿאַרשטײען ניט װאָס ער װיל פֿון זײ. זײ פֿילן זיך אַפֿילו אומבאַקװעם פֿון װי ער באַטראַכט זײ, פֿון אונטן ביז אױבן, און פֿון אױבן ביז אונטן... און דער עיקר קוקט ער זײ אַרײַן אין די אױגן. ער גײט אַ פּאָר טריט, און שטעלט זיך באַלד אָפּ. ער קוקט זײ ווײַטער טיף אַרײַן אין די פּנימער, אין די אױגן. אין אַ געװיסן מאָמענט, פֿילט מען װי ער ראַנגלט זיך מיט זיך אַלײן, װי ער אַלײן איז גאָר ניט רואיק, גאָר ניט אינגאַנצן באַקװעם מיט דעם געדאַנק פֿון חתונה האָבן – און גאָר מיט עטלעכע און צװאַנציק מײדן מיט אײן מאָל – מיט אײן זעץ, אַזױ צו זאָגן. די לופֿט װערט װאָס מער עלעקטריפֿיצירט, װאַרטנדיק ביז ער זאָל עפֿענען ס'מױל.

דער פּאַסטעך הײבט װידער אָן גײן, נאָר שטעלט זיך באַלד אָפּ, דרײט זיך אױס און רוקט זיך אָפּ אַ פּאָר טריט פֿון די אָנגעזאַמלטע מײדן. ער דרײט זיך װידער אױס, און קוקט און װענדט זיך צו זײ אַזױ:

– "טײַערע מײַנע... מיר איז אױך ניט לײַכט... איר זאָלט װיסן זײַן, – אָבער װאָס קען מען טאָן? איך האָב אונטערגענומען אַ װיכטיקע אַרבעט, אַ פֿאַרפֿליכטונג, – אַן עול...

אָבער גענוג מיט דער מורא-שחורה ... מיר זײַנען זיך דאָ הײַנט צונױפֿגעקומען כּדי צו שאַפֿן נײַע פֿאַרבינדונגען, פֿלאַנצן נײַע װאָרצלען, אָנהײבן אַ נײַעם לעבן, מיט פֿרישע געדאַנקען און צוגאַנגען, און גלײַכצײַטיק האָבן דעם זכות ממשיך צו זײַן דאָס בעסטע װאָס דאָס דור-דורותדיקע ייִדישקײט האָט צו געבן.... – און צוזאַמען, איך מיט אײַך צוזאַמען, װעלן מיר עס אױספֿירן. אױספֿירן צום בעסטן פֿון אײַערע און מײַנע קענטענישן און פֿעיִקײטן, לטובֿת אײַך, לטובֿת זיך, און לטובֿת עם ישׂראל..."

ער קוקט װידער אַרום אױף זײ. די מײדן שטײען אַלע שטיל אָבער נײַגעריק צו װיסן װאָס קומט װײַטער פֿאָר, װי אַזױ װעט אַדורך דער היסטאָרישער מאָמענט.

פּלוצלונג נעמט אַרױס חנה נױמאַן [#1] איר פֿאָטאָ-אַפּאַראַט, און הײבט אָן צו פֿאָטאָגראַפֿירן. דאָס װירקט װי אַ גאָס קאַלטע װאַסער אױפֿן פּאַסטעך, און װעקט אים אױף פֿון זײַנע שװערע געדאַנקען, פֿון זײַן נעמען די זאַך צו ערנסט.

– "גוט װאָס דו האָסט געטאָן, חנה. טאַקע אַזױ – מיר דאַרפֿן הײַנט זיך פֿרײען און זינגען און טאַנצן. די שעה איז איצט אַ ביסל נאָך 5:00. סע בלײַבט דעריבער װײניק צײַט ביז מיר הײבן אָן די חתונה צערימאָניע אַזײגער 7:00 אין אָװנט. איר האָט אַװדאי נאָך אַ סך צוגרײטונגען... און איך האָב פֿאַר אײַך אַ װיכטיקע סורפּריז – איר װעט אין אײַערע געצעלטן דאָס געפֿינען. גײט אײַך אָפּ געזונטערהײט. מיר טרעפֿן זיך װידער אין װײניקער פֿון צװײ שעה אַרום, און איך װיל אײַך זען אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט װי אַ כּלה דאַרף זײַן..."

די מײדלעך זײַנען נײַגעריק צו װיסן װאָס אַזױנס פֿאַר אַ סורפּריז ער האָט פֿאַר זײ צוגעגרײט, אײַלן זײ זיך צו זײערע געצעלטן. די ערשטע אָנצוקומען גײען אַרײַן, און עס הילכן אָפּ געשרײען פֿון פֿרײד און מע זעט װי די מײדלעך נעמען זיך אַרום און טאַנצן פֿון גרױס שׂמחה. אין די פּאָר מינוט װאָס דער פּאַסטעך האָט זיך געזאַמט, פֿאַרן אָנקומען, האָט ער אין יעדן אײנעם פֿון די געצעלטן אַװעקגעלײגט נומערירטע אײַנגעװיקלטע שײנע, אַפֿילו גראַנדיעזע כּלה-קלײדער, מיט די געהעריקע שיך, הענטשקעס, טוכן פֿאַרן צודעקן די קעפּ, װי אױך צירונג און פּאַרפֿומען, רובינקע, קעמלעך און שפּילקעס... הקיצור, דאָס װאָס סע פּאַסט פֿאַר אַ חתונה. די מײדלעך האָבן זיך גאָר ניט געריכט דערױף. און פֿאַר די װאָס האָבן הײַנט ניט חתונה, – שײנע, עלעגאַנטע יום-טובדיקע קלײדער.

די מײדלעך באַפֿאַלן דעם אומדערװאַרטן אוצר מיט גרױס פֿרײד און התלהבֿות, און העלפֿן אײנע דער אַנדערער זיך צוגרײטן, קעמען, און אױספּוצן לכּבֿוד דעם גרעסטן און װיכטיקסטן טאָג אין זײער לעבן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.2 אין זיך: גייסטישע צוגרייטונג

פאָרויס צו: 10.4 שׂמחה

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל