====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 10

10.2 אין זיך: גײַסטישע צוגרייטונג

צוריק צו: 10.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "טומבאַלאַלאַיקאַ"

********

(08:00)

די פֿרימאָרגן שעהן גײען הײַנט אַדורך אַנדערש װי אין די פֿריִערדיקע טעג פֿון דער װאָך. אַ חוץ פֿאַר דער פּלאַנירטער אינדערפֿרי געניטונגס סעסיע מיט פײגע-הינדען [#10] – צו װאָס עס קומען קױם 3 פֿאַראינטערעסירטע מײדן: די צװײ דעל-מאָנטעס (װעראָניקאַ [#5] און לוטשיאַנאַ [#6]) און אײנע פֿון די צװילינגס (לאה יודלמאַן [#19]), – טוט יעדע אײנע װאָס זי װיל.

מע גרײט זיך צו גײַסטיש – יעדע אױף איר אופֿן... װער סע פֿאַרװײַלט מיט לײענען אָדער שװימען, און װער עס פֿילט אַז זי מוז װײַטער זיך אָפּרעדן פֿון האַרצן. פֿאַראַן אַזעלכע װאָס גײען שפּאַצירן, אױף התבודדות זײַן. אַנדערע זיצן גלאַט אַזױ, און טראַכטן װי דער מאָרגנדיקער חלום װעט זיך אַנטװיקלען, אָדער באַװײנען גאָר די אַמאָליקע חלומות װאָס װעלן שױן קײנמאָל ניט פֿאַרװירקלעכט װערן.

אַלע פֿאַרשטײען אָבער די װיכטיקײט פֿון זײער נעכטיקער באַשלוס חתונה צו האָבן מיט דעם פּאַסטעך. אַלע פֿאַרשטײען אַז עס איז בעסער צו בלײַבן דאָ אײדער װערן אַריבערגעשיקט אין אומבאַקאַנטע פֿרעמדע ערטער און צײַטן. אָבער אַלע װײסן אױך גוט, אַז זײ קענען זיך גאָרניט פֿאָרשטעלן װי זײער לעבן װעט אױף װײַטער זײַן. אָבער אַזױ איז עס טאַקע מיטן לעבן: קײנער קען ניט פּלאַנירן אױף מאָרגן און זאָגן אױף זיכער װאָס װעט זײַן. מע זאָגט, "דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט". אַזױ איז טאַקע זײער גורל. דער רבונו-של-עולם האָט אַ נײַעם פּלאַן פֿאַר זײ, ניט געקוקט אױף װאָס זײ האָבן מיט אַ װאָך פֿריִער געהאַט פּלאַנירט. די װעלט פֿון פֿאַר דער גרױסער שׂריפה אינעם טרײַענגל פֿאַבריק אין ניו-יאָרק, אין יענעם גורלדיקן 25סטן מערץ, איז שױן מער ניטאָ. הײַנט, באַלד, וועט זיך פֿאַר זיי אָנהייבן אַ נײַעם לעבן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 10.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 10.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 10.3 אַ חתונה אין שטעטל

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 10

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל