====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 9

9.2 שחרית און קידוש

צוריק צו: 9.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "שבת זאָל זײַן"

********

(08:00)

עס איז שבת אין דער פֿרי. הײַנט הערט מען ניט קײן מוזיק שפּילן, אָדער דעם טאָג-טעגלעכן קול פֿונעם פּאַסטעך װאָס רופֿט איבער די הילכערס אַז אַלע דאַרפֿן אױפֿשטײן. עס איז שטיל.

דער פּאַסטעך, – וואָס האַלט אַליין װאַך פון  06:00 אָן, – קוקט אויף זײַן קעשענע-זייגער. עס איז שוין 08:00 אין דער פרי. גײט ער דעריבער פֿון געצעלט צו געצעלט און װעקט אַלעמען אױף. דערנאָך כאַפּט ער זיך אַרײַן אין זײַן אייגענעם געצעלט, און זעט אַז אַלץ איז גרייט פאַרן דאַוונען שחרית.

נאָכן אױסטשוכען און אַרומװאַשן זיך, זאַמלען זיך אַלע מײדן אין טרײַענגל-פּלאַץ. דער פּאַסטעך װאַרט זײ אָפּ, שױן אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט אין זײַנע שענסטע שבת-יום-טובדיקע בגדים, און װענדט זיך צו זײ בזה הלשון: 

– "אַ גוטן און געבענטשן שבת אײַך אַלעמען, און אַ גוט מאָרגן אײַך. איך האָף, אַז איר זײַט אַלע גוט געשלאָפֿן. איר װעט געפֿינען אױפֿן עס-אָרט הײסע װאַסער פֿאַר טײ אָדער קאַװע, און אױך אַביסל געבעקס – פֿאַר װער עס װיל. װי איך האָב אײַך נעכטן איבערגעגעבן, װעט דער שבתדיקער טאָג-פּלאַן זײַן אַנדערש פֿון דעם װאָס איר האָט די גאַנצע װאָך געהאַט. קײן איבונגען אין דער פֿרי, אָדער אַרבעט װעט ניט זײַן, אַנשטאָט דעם, װעל איך אײַך אַלעמען װידער פֿאַרבעטן צו מיר אין געצעלט, װאו איך װעל אָנפֿירן מיטן דאַװענען. נאָך דעם, װעלן מיר אַדורכפֿירן אַ פֿײַערלעכן קידוש (װאָס װעגן דעם װעל איך אײַך אָט באַלד דערצײלן). און נאָך דעם, װעט איר קענען פֿרײַ פֿאַרברענגען צװישן אײן-און-אַ-האַלב און צװײ שעה, און דעמאָלט װעלן מיר זיך װידער נעמען צו די עס-טישן פּראַװען דער מיטאָג סעודה. נאָך דער שבתדיקער מאָלצײַט, װעלן מיר אַ פּאָר שעה זיך אָפּרוען, און דערנאָך װעלן מיר דאַװנען מנחה, פּראַװען אַ שלוש-סעודות, און פֿאַרענדיקן מיטן דאַװענען מערבֿ און מאַכן הבֿדלה. װעגן די אָװנט אַקטיװיטעטן װעל איך אײַך שפּעטער אױפֿקלערן. לאָמיר דאָס האַלטן, דערװײַלע, פֿאַר אַ סורפּריז אױף שפּעטער."

– "היות װי דאָס איז דער שבת פֿאַר דער גרױסער חתונה, װעלן מיר פֿײַערן און באַגריסן דעם חתן (– דאָס מײן איך, זיך אַלײן) מיט אַן עליה. דאָס װײסט איר דאָך, אַז מע רופֿט דאָס "שבת אױפֿרוף". קײן ספֿר תּורה האָבן מיר דערװײַלע ניט, װעלן מיר בלױז דערמאָנען די עליה סימבאָליש, אָבער נאָכן דאַװענען װעלן מיר פֿײַערן אַ פֿרײלעכן קידוש-פֿרישטיק..."

די מײדלעך קומען אַרײַן צום פּאַסטעך אין געצעלט (יעדע מיט איר שטול), און זעצן זיך אַװעק אױף די שטולן. דער פּאַסטעך הײבט אָן דעם דאַװענען. די מײדלעך װאָס קענען דאַװענען נעמען אין האַנט אַרײַן סידורים. עטלעכע מײדלעך זאָגן אָדער זינגען מיט די באַקאַנטע תּפֿילות, און אַנדערע זיצן שטום און הערן זיך בלױז צו. װען אײניקע הײבן אָן שושקען צװישן זיך, טוען די דעל-מאָנטע מײדלעך (וועראָניקאַ [#5] און לוטשיאַנאַ [#6]) זײ פֿאַרשװײַגן מיט אַ "סטאַטע ציטאָ" ["זיַיט שטיל", אױף איטאַליעניש]. פײגע-הינדע [#10] זעצט עס באַלד איבער פֿאַר זײ אױף ייִדיש, און דאַן הערט מען פֿון צײַט צו צײַט: "שטיל-ע", און "שװיַיג-ע". די צװײ װערן די נײַע גבאיטעס ("גאַבעטעס") אין שיל.

פֿון צײַט צו צײַט, אַנאָנסירט דער פּאַסטעך (װאָס האָט זיך אַװעקגעשטעלט אױב-אָן, בײַם עמוד) אױף װעלכער זײַט מע האַלט. די עמידה זאָגט ער אױך הױך אױפֿן קול, כּדי אַלע זאָלן הערן, און די װאָס קענען ניט דאַװענען זאָלן זיך לערנען. ער דאַװנט פּאַמעלעך און קלאָר. װען עס קומט צו לײענען פֿון דער תּורה, איז ניטאָ קײן ספֿר-תּורה, לײענט ער פֿאַר זײ די גאַנצע פּרשה פֿון אַ חומש. נאָך שחרית דאַװנט מען אָפּ מוסף, און זײ פֿאַרענדיקן מיט "אַדון עולם", אָבער מיט אַ ניגון װאָס קײנער קען ניט. זינגען זײ דאָס אַלע צוזאַמען עטלעכע מאָל, ביז אַלע קענען מיטזינגען.

גלײַך נאָכן דאַװענען נעמט יעדעס מײדל איר שטול, און פֿירט עס צו צו דעם עס-אָרט. װען אַלע זײַנען שטיל, מאַכט דער פּאַסטעך קידוש איבער אַ כּוס װײַן, און טײלט יעדער אײנער אױס אַ ביסל. אָנשטאָט צו זיצן, אָבער, שטײט מען, און מע צערעדט זיך. די כּיבוד איז אַ לײַכטע: מילכיקס.

נאָכן קידוש, האַלט דער פּאַסטעך אַ קורצע לעקציע װעגן דער פּרשה ױקרא. אײדער ער הײבט אָן, דריקט ער זיך אױס, אַז ער האָפֿט אַז מיט דער צײַט װעלן אױך אַנדערע האַלטן דרשהס און אַז עס זאָל אַריבערגײן אין די הענט פֿון די פֿרױען – אַז זײ זאָלן אָנפֿירן מיט דעם:

– "עס איז געװאונטשן," זאָגט ער, "אַז יעדע אײנע פֿון אײַך זאָל כאָטש אײן מאָל אין יאָר צוגרײטן און פּרעזענטירן די "פּרשה פֿון דער װאָך", אָדער כאָטש פֿאָרשטעלן עפּעס אַ געדאַנק צי מצװה. – הקיצור, געבן אַ קורצן 'װאָרט'."

עס קומט פֿאָר אַן איבעררײַס פֿון אַן ערך אָנדערטהאַלבן שעה, און דערנאָך קומט מען זיך װידער צונױף כּדי צו פּראַװען אַ פֿולע שבתדיקע סעודה בײַ געדעקטע טישן.....

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 9.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 9.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 9.3 שבת רו

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל