מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6
************************************
פראַגמענט
פונעם ליד "ר'
מאָטעניו"
********
(14:00)
נאָכן עסן מיטאָג, קומט צום פּאַסטעך אין געצעלט אַרײַן אַ דעלעגאַציע פֿון 5 מײדלעך, מיט מירל פּערלמאַן [#16] בראש (הינטער איר שטײען צילע גאָלדין [#9], מאַשע לעװין [#11], פֿרײדל ווײַצמאַן [#28], און חנה אַלטמאַן [#14]).
מירל רעדט די ערשטע:
–
"שױן עטלעכע טעג װאָס מיר זײַנען דאָ מיט
אײַך, און מיר באַטראַכטן גוט די סיטואַציע. מיר האָבן זיך אױך
צוזאַמענגערעדט מיט
אַנדערע מײדלעך. איך װאָלט געזאָגט, אַז מיר פֿינף רעפּרעזענטירן אַרום 12
פֿון
זײ. מיר האָבן באַשלאָסן צו קומען צו אײַך מיט אַזאַ װענדונג: מיר טראַכטן
גאַנץ
ערנסט װעגן פֿאַרבלײַבן דאָ און לעבן מיט אײַך (פֿאַרשטײט זיך, מיר האָבן
נאָך ניט
ענדגילטיק באַשלאָסן חתונה האָבן מיט אײַך, בלױז װעגן בלײַבן װאױנען
דאָ...),
אָבער מיר זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין פֿירן אַ פֿרום לעבן. מיר
האָבן זיך
שױן לאַנג אָפּגעװײנט פֿון דעם, און אַ טײל פֿון אונדז האָט אַפֿילו
געליטן פֿון
דעם. מיר װילן בפֿירוש ניט צוריקגײן צו דעם. איר קענט זיך פֿירן װי איר
װילט, און
עס זײַנען דאָ גענוג מײדלעך צװישן די אַנדערע װאָס װעלן זײַן גרײט זיך צו
פֿירן
פֿרום. מיר אָבער, זעען ניט אין דעם קײן שום מעלה, – נאָר פֿאַרקערט, –
און מיר
װילן ניט אַז דאָס זאָל אױף אונדז זײַן אַרױפגעצװאונגען. מיר װעלן אײַך
ניט שטערן
צו פֿירן זיך װי איר װילט, אָבער מיר האַלטן ניט פֿון דעם."
–
"פֿרײדל, װאַרט אָפּ. איך נעם אָן, אַז איר זײַט אַלע אינטעליגענטע מײדן.
דאָס לײקן איך ניט. איך האָב אױף אַ מינוט ניט געמײנט אײַך
"אָפּצונאַרן" אָדער פֿירן בײַם נאָז. אַװדאי זײַט איר ניט קײן נאַיװע,
און איך זע אַז עס זײַנען דאָ צװישן אײַך ניט נאָר אינטעליגענטע מײדן,
נאָר טאַקע
געלערנטע, מיט הױכער בילדונג, און אַפֿילו אין אוניװערסיטעטן געלערנט. די
פֿראַגע
װאָס איך שטעל אײַך אָבער איז: צי גײט איר טאַקע אױף אַן אמת אַרום מיט
אַן
אָפֿענער מוח, אָדער צי זײַט איר גאָר פֿאַרמאַכט צו פּראָגרעסיװע
געדאַנקען, און
איר בלײַבט שטעקן מיט געװיסע קלײן-קעפּלדיקע, און באַגרענעצטע
אידעאָלאָגיעס און
שטרעבונגען... "
–
"איך בעט דיר מירל, לאָז רײדן. איך בין זיכער, אַז אין תּוך, זעען מיר
באמת
אױג-אויף-אױג, נאָר אין אײַערע געדאַנקען און לערע שטרעבט איר דװקע ניט
גענוג, און
איר פֿאַרקריפּלט געװיסע אוניװערסאַלע, און – אױב איר װילט – געטלעכע
הױכפּונקטן.
איך װאָלט אױך געמײנט, אַז נאָך דעם װאָס איר האָט אַדורכגעמאַכט, װאָלט
אײַך אַ
ביסל יראת שמים צוריק אײַנגעפֿלאַנצט געװאָרן אין אײַערע לעבנס, נאָך דעם
װי עס
איז בײַ אײַך במשך פֿון אַ סך יאָרן באַזײַטיקט געװאָרן. אָבער לאָמיר
דאָס
אױפֿקלערן קודם כּל אין אײַער לשון, און דערנאָך װעל איך אײַך אָנװײַזן
עטלעכע
אינטערעסאַנטע זאַכן..."
די
מײדלעך קוקן צו מירלען. זײ װײסן גוט, אַז ניט אַלע זײערע פֿירערס זײַנען
אָפֿן און
אָרנטלעך אין זײערע געדאַנקען און צוגאַנגען. פֿאַראַן גענוג
פֿאַרשטאָפּטע קעפּ
צװישן זײ אױך. שװײַגן זײ אָבער, און װאַרטן צו זען װי מירל רעאַגירט.
–
"דאָס ניט האָבן קײן באַגרענעצונגען, קען אַלײן זײַן אַ צרה. דער פֿרומער
ייִד האָט דװקא יאָ אַ קאָנטראָל און האַלט זיך אָפּ פֿון טאָן געװיסע
זאַכן. ער
טוט עס ניט פֿון דעם אײגענעם געװיסן, – װײַל ער "מײנט" אַז אַזױ דאַרף
מען זיך פירן, נאָר ער איז טאַקע דערצױגן געװאָרן ניט צו זינדיקן. ער האָט
זײער
אױספירלעכע אָנװײַזונגען – ניט בלױז אַז "מע טאָר ניט זינדיקן", נאָר ער
װערט טאַקע געלערנט גאַנץ פּרטימדיק װעלכע זאַכן מע מעג טאָן, און װאָס מע
טאָר
ניט טאָן. דער ניט פֿרומער מענטש האָט ניט אַזאַ דערציונג, איז ער דעריבער
פֿאַרקריפּלט, אין דעם זין. ער האָט ניט קײן פֿרײַהײט אױסצוקלײַבן. ער טוט
װאָס
אַנדערע טוען. און צו אָפֿט װערט ער פֿאַרפֿירט, ניט װיסנדיק, און ניט
טראַכטנדיק
פֿון די קאָנצעקװענצן, אָדער אַז ער טוט עפּעס ניט גוט..."
–
"לאָמיר איצט זען װאו נאָך מיר זײַנען מסכּים. איר זײַט אַװדאי מסכּים,
אַז
די ייִדישע רעליגיע אַנטהאַלט װיכטיקע עטישע און סאָציאַלע װערטן. אַזעלכע
װערטן
װאָס זײַנען אַפֿילו געװען אינספּיראַציעס פֿאַר די מנהיגים פֿון דער
סאָציאַליסטישער באַװעגונג. פֿאַראַן אָן אַ שיעור ייִדישע סאָציאַליסטישע
דענקער
װאָס דערמאָנען אונדזערע נבֿיאים װי בײַשפּילן פֿון דעם. צי װײסט איר װעגן
דעם?"
מירל
און פֿרײדל, װאָס זײַנען מער באַהאַװנט אין די סאָציאַליסטישע מנהיגים,
זײערע
הינטערגרונטן און פּראָקלאַמאַציעס, און בכלל אין די טעאָריעס פֿון
"תּורת-סאָציאַליזם",
שאָקלען צו מיטן קאָפּ אױף יאָ. די אַנדערע דרײַ מײדלעך זײַנען דערשטױנט
דאָס צו
זען.
–
"איר זײַט אױך אַװדאי מסכּים, אַז מע טאָר ניט עקספּלואַטירן דעם מענטשן.
מע
דאַרף קענען זיך אָפּרוען אױך, ניט פֿאַרשקלאַפֿט צו זײַן נאָכאַנאַנד
אַָן קײן שײַן
פֿון רו, און האָבן צײַט צו זײַן מיט זיך אַלײן און מיט דער משפּחה."
–
"װען דער רבונו של עולם האָט אונדז באַפֿרײַט פֿון שקלאַפנדינסט אין
מצרים,
האָט ער אונדז טאַקע געגעבן אַ פֿרײַען טאָג – אַ מערקװירדיקע,
רעװאָלוציאָנערע
(אױב איר װילט) סאָציאַלע פֿאַרבעסערונג – דעם רו טאָג, שבת."
דער
פּאַסטעך גײט צו אַ שאַפֿע, נעמט אַראָפּ אַ חומש, און בלעטערט אַדורך ביז
ער
געפֿינט װאָס ער װיל. ער װײַזט זײ אָט װאָס:
–
"גלײַך אין די ערשטע 3 פּסוקים, גיט איבער משה רבינו דעם װאָרט פֿון גאָט
צו
די בני ישׂראל. ער זאָגט, צװישן אַנדערן, אַז זעקס טעג זאָלן זײ אַרבעטן,
און אַז
גאָט הײסט זײ ניט אַרבעטן אין זיבעטן טאָג – שבת קודש, – כּדי זיך
אָפּצורוען. ער
זאָגט װײַטער, אַז װער עס װעט אַרבעטן אינעם טאָג פֿון שבת, װעט שטאַרבן
("מות יומת"). און איצט נאָך מער אינטערעסאַנט: אין דריטן פּסוק (ג')
שטײט בפֿירוש: "לא תבערו אש ... ביום השבת" – איר זאָלט שבת ניט צינדן
קײן פֿײַער... דאָס אַלץ שטײט אין דער פּרשה פֿון דער װאָך װאָס מע האָט
געלײענט
אין שיל, פּונקט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, אין דער צײַט װאָס איר זײַט
געװען אין
סװעטשאַפּ און דאָרט געהאָרעװעט אין אײַער שקלאַפנדינסט, און לײדער, האָט
דאָרט
עמעצער ניט נאָר געאַרבעט, נאָר געצונדן אַ פֿײַער, און ס'איז געשען װאָס
ס'איז
געשען..."
–
"איך װיל דאָ אָבער מאַכן אַ באַמערקונג – אַז מיר טאָרן בשום אופֿן ניט
אינטערפּרעטירן אַז די מײדלעך האָט גאָט באַשטראָפֿט פֿאַרן אַרבעטן שבת.
מיר
האָבן ניט קײן רעכט דאָס צו טאָן – װער זײַנען מיר צו װיסן צי גאָר
פּרובירן
פֿאַרשטײן גאָטס געדאַנקען-גאַנג, און זײַן װילן, – װאָס
זײַן פּלאַן איז. עס זײַנען דאָך געװען דאָרט
מיט אײַך כּמעט 1000 נײטאָרינס און אַרבעטערס, און די גרױסע מערהײט האָט
זיך טאַקע
אַרױסגעראַטעװעט. און אױב עמעצן האָט מען באַדאַרפֿט אױף אַן אמת
באַשטראָפֿן,
זײַנען דאָס די גרױסע פֿאַרברעכער – די ייִדישע באַלעבאַטים, װאָס איך קען
אײַך לײדער
זאָגן, אַז זײ זײַנען אַרױס פֿון דעם כּמעט רײנע, און אין אַ פּאָר װאָכן
אַרום,
װעלן זײ מסתּמא װידער אָנשטעלן נײַע אַרבעטערינס, און װײַטער פֿירן זײערע
געשעפֿטן, און פֿאַרדינען גוטע געלטער אױף דעם אומשולדיקן בלוט פֿון
אַנדערע."
–
"דאָס הײסט, אַז אַזױ צי אַזױ, װעלן אױפֿקומען אַזעלכע װאָס װילן אױסנוצן
אַנדערע. דאַרף מען טאַקע האָבן געזעצן. אױב די עקזיסטירנדיקע געזעצן
באַהאַנדלען
ניט געװיסע זאַכן, דאַרף מען טאַקע פּראָטעסטירן און זיך קעגנשטעלן, און
צושטעלן
די נױטיקע נײַע געזעצן. װי האָט עס דוד עדלשטאַדט געזאָגט אין זײַן
באַרימטן ליד
"װאַכט אױך": "װי לאַנג װעט איר גלענצנדע רײַכטימער שאַפֿן פֿאַר
דעם װאָס באַרױבט אײַער ברױט?"... אַזױ איז טאַקע געװען. איר האָט
געאַרבעט
כּדי צו מאַכן זײ רײַך, און נאָך באַצאָלט מיטן לעבן."
–
"װעגן אַזעלכע זאַכן דאַרף מען טאַקע פּראָטעסטירן. װעגן פֿײַנטשאַפֿט,
אױסנוצערײַ, שקלאַפנדינסט, און אַלע מיאוסע און שלעכטע זאַכן װאָס אײן
מענטש טוט
אָפּ דעם צװײטן. דאָס דאַרף מען טאַקע באַקעמפֿן, – ניט װעגן פֿירן אַ
רײנעם,
עטישן ייִדישן פֿרומען לעבן. אַ לעבן באַזירט אױף אױסגעפּרואװטע ייִדישע
װערטן
פֿון אַ הױכער מדרגה – װאָס הלװאַי װאָלטן אַנדערע פֿעלקער זיך געפֿירט
אַזױ, װאָלט
די װעלט אַנדערש אױסגעזען..."
–
"דו מײנסט, אוודאי, "מרים", די שװעסטער פֿון משה? דאָס איז ניט קײן
רמז, איר נאָמען פֿיגורירט דאָך דאָ אַ סך מאָל אין די פּרשהס פֿון יציאת
מצרים..." זאָגט מירל.
–
"נײן, ניט דער נאָמען "מרים", נאָר עפּעס אַנדערש, עפּעס ענלעך
װערט דערמאָנט אין דער פּרשה, און אַפֿילו נאָך רמזים צו נײטאָרינס."
–
"אָט האָט איר, בענין תּרומות (ד.ה. בײַשטײַערן. – אָדער מיט געלט, אָדער
מיט
עפּעס אַנדערש). אין ױקהל, פּסוק כ"ד שטײט: "כּל מֵרִים תּרומת כּסף..."
– דאָס זײַנען די זעלבע אותיות: "מֵרִים"="מ-ר-י-ם". און
באַלד נאָך דעם, אין פּסוק כ"ה (װאָס דאָס מאַכט "25", וואָס הײַ-יאָר
איז אױסגעפֿאַלן יענעם טראַגישן שבת טאַקע כ"ה, סײַ לױט דער ייִדישער, און
סײַ 25 לױט דער אַלגעמײנער קאַלענדאַר. – צי איז דאָס גלאַט אַ צופֿאַל,
אָדער גאָר
באַשערט?) אָט הערט וואָס דאָ שטײט: "וכל אישה חכמת-לבֿ".... איך װאָלט
געמײנט, אַז דאָס איז גאָר נאָך אַ רמז װעגן אײַך, די נײטאָרינס, די
פֿרױען מיט
קלוגע הערצער."
–
"װײַל ניט אָפֿט װערן פֿרױען װי אַ גוף דערמאַנט אין די פּרשהס. מיר װײסן,
אַז אין אַלגעמײן, – אַ חוץ פֿאַר די ספּעציפֿישע חומש-העלדינס װי למשל
חוה, שׂרה,
רבֿקה, רחל, לאה, מרים און אַנדערע, – פֿאַרנעמט זיך די תּורה ניט מיט
פֿרױען –
סײַדן װעגן אלמנהס, – אָדער דאָרט װאו עס װערט דערמאָנט װעגן חתונה האָבן,
ירושה,
אָדער װעגן מיט װעמען מע מעג, אָדער טאָר ניט האָבן געשלעכטלעכע
באַציונגען (און
אַפֿילו דאָס װערט פֿאָרגעשטעלט מערער פֿון דעם מאַנס זײַט)...."
–
"פֿאַראַן אין דער פּרשה אַ רמז צו װי די ייִדישע טעכטער – יונגע ייִדישע
טעכטער, פּונקט װי איר – האָבן געראַטעװעט דאָס ייִדיש פֿאָלק אין מצרים.
באַלד
פֿאַרן סוף פֿון דער פּרשה ױקהל (ל"ח ח') װערט דערמאָנט אַז צװישן די
כּלים
פֿון דעם מזבח איז דער האַנטפֿאַס (כּיור) צוזאַמענגעשמאָלצן געװאָרן פֿון
די
שפּיגלען פֿון די פֿרױען. װען מע האָט משהן פֿאָרגעלײגט דאָס צו טאָן, איז
ער פֿון
אָנהײב געװען קעגן – װײַל שפּיגלען זײַנען אין אַלגעמײן ניט באַנוצט פֿאַר
קײן
צניאותדיקן צװעק. שטײט אָבער הינטער דעם דער פֿאַקט, אַז די ייִדישע
טעכטער האָבן
פּונקט מיט אָט די שפּיגלען געראַטעװעט דאָס ייִדיש פֿאָלק פֿון
אונטערגאַנג. עס
האָט געהאַלטן דערבײַ, אַז פֿרױען האָבן אױפֿגעהערט צו שװאַנגערן אין
מצרים, און
קײן קינדער זײַנען ניט געבױרן געװאָרן."
–
"און אױב דאָס אַלץ איז אײַך ניט גענוג, דערצײלט די פּרשה, װי די דאָזיקע
קלוג-האַרציקע פֿרױען, העלפֿן מיטן צוגרײטן די הײליקע בגדים פֿאַר די
כּהנים װאָס
דאַרפֿן זיך פֿאַרנעמען מיט דעם הײליקן משכּן... די נײטאָרינס פֿון
אַמאָל, װאָס
פֿירן אױס אַ הײליקע אַרבעט. צי איז דאָס אױך ניט אַ מין רמז פֿאַר אײַך,
אַז
אפֿשר זײַט איר די נאָכפֿאָלגער, די פֿרױען מיט "חכמת-לבֿ" װאָס דאַרפֿן
זײ איצט נאָכטאָן?..."
–
"איך װאָלט בלױז צוגעגעבן אַ װאונטש, אַז עס זאָל קומען די צײַט, װען
מענטשן
װעלן אױפֿהערן אױסנוצן אַנדערע, און אַװדאי ניט אױסנוצן אומשולדיקע און
אומװיסנדיקע מײדלעך און פֿרױען. אָט האָט איר דאָ אַ זעלטענע מעגלעכקײט צו
קענען
לעבן און אױפֿהאָדעװען אײַערע קינדער אין אַ בעסערער װעלט, – אַ װעלט פֿון
יושר, –
װאו מענטשן װעלן ניט דאַרפֿן מורא האָבן פֿון אַנדערע מענטשן. אַ װעלט
פֿון
דרך-ארץ אײנער פֿאַרן צװײטן. אַ װעלט פֿון תּורה, און פֿון יראת-שמים.
טראַכט זיך
גוט אײַן אין װאָס איך האָב אײַך געזאָגט."
די מײדלעך
גײען שטיל אָפּ. מירל בעט אױב זי קען מיטנעמען דעם חומש – זי װיל אין דעם
װידער
אַרײַנקוקן.
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]
צוריק צו: 6.2 פרי שטיק
פאָרויס צו: 6.4 לימודים – III – תּורה און גוטע מידות