====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 6

6.2 פרי שטיק

צוריק צו: 6.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

************************************

פראַגמענט פונעם "מאַרש ליד"

********

(06:30 – 06:30)

נאָך דער פֿרימאָרגן פֿאַרזאַמלונג אין טרײַענגל-פּלאַץ, שטעלן זיך אױס די מײדלעך אין רײען, לױט זײערע הױז קאָלירן, און װאַרטן אַז דער פּאַסטעך זאָל מיט זײ אָנהײבן די רעגולערע פֿרימאָרגן געניטונגען. הײַנט טראָגן זײ צום ערשטן מאָל די נײַע קאָלירטע גימנאַסטיק-קאָסטיומען – די קאָלירן לױט די הױז-קאָלירן זײערע. זײ באַװאונדערן די פֿילפֿאַרביקײט, אָבער גלײַכצײַטיק איז זײ אומבאַקװעם מיט די נײַע קלײדונג און גומענע לױף-שיך, װײַל עס איז זײ פֿרעמד.

– "איר זעט אױס זײער שײן אַזױ," זאָגט דער פּאַסטעך. "מיר געפֿעלט דער געדאַנק, אַז איר זאָלט האָבן קאָסטיומען לױט די הױז-קאָלירן. אפֿשר װעלן מיר האָבן, פֿאַר ספּעציעלע אַקטיװיטעטן און צערימאָניעס אַנדערע ספּעציעלע בגדים און קאָסטיומען לױט די הױז-קאָלירן. מירן אַ טראַכט טאָן װעגן דעם."

אײדער ער גײט װײַטער אָן מיט דער לעקציע איבונגען, לאָזט ער װיסן װער עס זײַנען די קומענדיקע 5 מײדן װאָס דאַרפֿן אָנציִען די באַטעריעס דורך "רײַטן" אױף די גענעראַטאָר-ציקלען. דאָס זײַנען: 6# לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע, 7# חנה דיכטער, 8# מלכּה געגערמאַן,

9# צילע גאָלדין, און 10# פײגע-הינדע גאָלדבערג.

 – "און איצט, אײדער מיר נעמען זיך צו אונדזערע איבונגען, װיל איך פֿאַרבעטן פײגע-הינדען װידער צו דעמאָנסטרירן אַ ביסל פֿון אירע גימנאַסטיק קענטשאַפֿטן. דאָס װעט זײַן פֿאַר אײַך אַ באַװײַז פֿון װאָס אַ מענטש קען דערגרײכן. מיט דער צײַט, – װען מיר װעלן האָבן גוט אײַנגעאַרבעט אונדזערע קערפּערס, – װעלן מיר אױך שטרעבן זיך צו נעמען צו אַזעלכע מער אָנגעשטרענגטע איבונגען. איך װעל אױך פֿאַרבעטן פײגע-הינדען אײַך אױסלערנען אַ טײל פֿון אירע קענטענישן אין דעם תּחום פֿון זעלבסט-שוץ – אָבער ניט הײַנט. פײגע-הינדע, זײַ אַזױ גוט..."

פײגע-הינדע פרײדט זיך זײער צו קענען אָפֿענערהײט דעמאָנסטרירן אירע פעיִקײטן נאָך אַזױ פֿיל יאָרן פֿון דאַרפֿן זיך אײַנהאַלטן און באַהאַלטן דאָס װאָס זי קען, און דאָס װאָס זי איז. מיט אַ פֿלינקײט װאָס לאָזט בײַ די מײדלעך אַ טיפֿן רושם, שפּרינגט זי, און לױפֿט זי, און קײַקלט זיך װי אַ געניטע אַקראָבאַטיקערין, װי מע זעט עס אַמאָל אין צירק.

נאָך דער קורצער דעמאָנסטראַציע, הײבט מען אָן די לעקציע פֿון געניטונג מיטן אױסציִען דעם קערפּער. איצט, אַז זײ דאַרפֿן אַלײן זיך נעמען צו דעם (און ניט בלױז זײַן פּאַסיװע נאָכקוקערס), הײבן אָן אַ טײל פֿון די מײדלעך זיך צו באַקלאָגן.

די יונגע חנה נױמאַן [#1] זאָגט אַז עס טוען איר װײ די מוסקולן פֿון די פֿיס נאָכן האָבן נעכטן סײַ געאַרבעט בײַם בױען דעם שטעטל זײערן, און סײַ געדאַרפֿט אַ שעה צײַט אָפּגעבן בײַ די גענעראַטאָר-ביציקלעטן.

– "װאָס? דו האָסט טאַקע אױסגעהאַלטן אַ גאַנצע שעה?" זאָגט מינדל אײדלשטײן [#2]. "עס איז בײַ מיר ניט פֿאַרבײַ מער װי 10 מינוט און איך האָב געמײנט אַז איך גײ אױס... און נאָך 15 מינוט האָב איך געמוזט זיך אָפּשטעלן... איך בין קױם מצליח געװען אַריבערצוקריכן צום געצעלט און אַרײַן אין שלאָף-זאַק..."

– "װאָס באַקלאָגסטו זיך? איך בין אױף די פֿיס נאָך פֿון 3 אין דער פֿרי, װען איך און ליבע סאָבאָל [#21] האָבן געהיט בעת דער 3טער װאַך," גענעצט רײזל טשאַרנעס [#22].

– "דו ביסט כאָטש געװען אין דרױסן װאו ס'איז שטיל געװען." האָט אײדל יאַקאָבזאָן [#13] שטילערהײט דערצײלט, אַז די אַנדערע אַרום זאָלן ניט הערן. "איך בין אַ גאַנצע נאַכט ניט געשלאָפֿן צוליב סאָסיעס [טײטלבױם #15] כראָפּען. געװײנטלעך שלאָפֿט זי נישקשהדיק שטיל. אָבער נעכטן האָט זי זיך מסתּמא איבערגעאַרבעט, און זי איז אַזױ טיף אַרײַנגעפֿאַלן אין שלאָף פֿון מידקײט, אַז זי האָט געכראָפּעט אָן אױפֿהער..." די אַנדערע מײדלעך צעלאַכן זיך, שטילערהײט. 

דער פּאַסטעך װײַזט די מײדלעך אַ צאָל איבונגען װאָס ער װיל אַז זײ זאָלן אױספֿירן, אָבער די מערסטע מײדלעך איז זײ דאָס זײער פֿרעמד, און פֿאַרשטײען אַפֿילו ניט פֿאַרװאָס מע דאַרף דאָס טאָן.

– "אַ מענטש מוז ניט פּונקט זײַן שלאַנק (אָדער דאַר), און להפך: אױך ניט דיק אָדער גראָב. מע דאַרף געפֿינען אַ מין באַלאַנץ. דאָס װאָס מיר װילן איז, אַז אונדזערע קערפּערס זאָלן זײַן סײַ בײגעװדיק און סײַ זאָלן האָבן אױסדױער און כּוח װען מע דאַרף עס אָנשטרענגען. אײנע פֿון די פּראָבלעמען, למשל, פֿון דעם אַזױ גערופֿענעם מאָדערנעם לעבנסשטײגער, איז װאָס דער גוף פֿאַרמעסט זיך ניט, און עס װערט שװאַכער און שװאַכער, אָדער כאָטש האַלט זיך ניט סטאַביל שטאַרק און געזונט."

– "אָט נעמט למשל, דאָס גײן, צי לױפֿן. אַמאָל, פֿלעג מען גײן צופֿוס אַ סך. שפּאַצירן לאַנגע שעהן. הײַנט, מיט דער מאָדערנער טראַנספּאָרטאַציע (װאָס איר קענט דאָס אפשר װײניקער ווי אין מײַן צײַט), פֿאָרט מען אַרום אין אױטאָמאָבילן, טראַמװײַען, אױטאָבוסן, באַנען, װאָס ניט. דער גוף פֿאַרגעסט, אַחוץ פֿאַר געװיסע פֿונדאַמענטאַלע מוסקולן, װי אַזױ צו פֿונקציאָנירן. װען מע באַװעגט זיך, ברענט מען אױך אָפּ דאָס פֿעטס און עקסטראַ װאָג װאָס איז פּשוט איבעריק, און מע פֿילט זיך דערבײַ אױך לײַכטער, געזינטער. װער דאַרף עס דען מיטשלעפּן נאָך עקסטראַ פֿונט, צי גאַר צענדליקער פֿונט? פֿון ניט זײַן אַקטיװ, קלײַבט זיך אָן פֿעטס, און מע װעגט מער און מער, און ס'װערט שװערער און שװערער צו באַװעגן זיך, זיך אַרומשלעפּן צי אַרומגײן. װעגן לױפֿן צי שפּרינגען איז שױן אָפּגערעדט..."

– "װען עס איז שװער אױפֿצושטײן אָדער זיך אַראָפּבײגן, װײסט מען אַז דאָס איז איבעריקע װאָג װאָס מע דאַרף פּטור װערן פֿון דעם װאָס פֿריִער. פֿרעגט בײַ ליבען [#21], צי מינדלען [#2], װאָס זײַנען בײדע שװאַנגער, צי װאָלטן זײ בעסער ניט געװען מער צופֿרידן װען װי הינער װאָלטן זײ ניט באַדאַרפֿט אַרומטראָגן אַ בײַכל, נאָר לײגן אײער און פֿון צײַט צו צײַט זיצן אױף זײ ביז סע קומען אַרױס די עופהלעך..."

– "איך האָב טאַקע ליב מײן בײַכל..." פֿאַרטײדיקט ליבע סאָבאָל [#21] איר שװאַנגערשאַפט מיט אַ שמײכל און אַ ברײטן איבערגעטריבענעם דראַמאַטישן גלעט אין בײַכל לשם הומאָר.

"אַזױ האַלט איך תּמיד אַן אױג אױף מײן עופהלע – עס גײט װאו איך גײ..."

– "און איך װעל זײַן צופֿרידן צו זען מײַן תּכשיטל שױן אַלײן גײענדיק, און ניט אַז איך דאַרף עס חדשים-לאַנג אַרומשלעפּן..." ענטפֿערט איר אָפּ מינדל אײדלשטײן [#2].

– "און איך קען אײַך זאָגן, פֿון אײגענער דערפֿאַרונג, – נאָכן האָבן 5 קינדער" גיט צו חנה זאַנד [#24], "– אַז שלעפּן, שלעפּט מען אַרום די קינדער ערשט נאָכן האָבן – אַפֿילו יאָרן לאַנג..."

די אַלע מײדלעך צעלאַכן זיך פֿון דער לײַכטער און גוטמוטיקער הומאָר.

– "דערלױבט מיך צוצוגעבן," זאָגט פײגע הינדע [#10], נאָך דעם װי דאָס לאַכן שטילט זיך אַ ביסל אײַן. "אַז מע איבט זיך, פֿילט מען זיך לײַכטער, געזינטער. דערצו, די טעכניקן װאָס איך האָב שטודירט און פּראַקטיצירט זײַנען טײלװײַז באַזירט אױף אָריענטאַלישע טעכניקן פֿון פֿאַַראײניקן מוח און כּוח, גוף און נשמה – פֿאַר אַ געזינטערן קאָפּ, און אַ געזינטערן קערפּער."

– "לאָמיר ניט פֿאַרגעסן," גיט צו דער פּאַסטעך, "אַז דער רבונו של עולם האָט אונדז טאַקע געגעבן דאָס לעבן – די נשמה, און דער קערפּער אונדזערע אין װעלכן זי אײנצואװיקלען. מוזן מיר עס דעריבער אָפּהיטן, זיך פֿירן מיט דרך ארץ צו זיך אַלײן. פּונקט װי צופֿיל עסן, אָדער צופֿיל איבן זיך' אױך זיכער ניט געזונט. בכלל, צופֿיל פֿון יעטװעדע זאַך, אַפֿילו אַ "גוטע" זאַך איז ניט גוט."

– "אָבער מיר אַרבעטן שױן צו שװער. אונדזערע יונגע קערפּערס זײַנען ניט צוגעװאױנט צו דעם," זאָגט רײזל טשאַרנעס [#22].

– "פֿאַרװאָס דאַרפֿן מיר סײַ איבן זיך, און סײַ אַרבעטן. װער דאַרף דאָס?" זאָגט שׂרה ברײטמאַן [#4].

נאָך עטלעכע מײדלעך שטיצן אונטער אירע רײד.

– "הערט זיך אײַן. איך בעט אײַך," ענטפֿערט זײ דער פּאַסטעך. "אין תּוך גענומען, איז אפֿשר גענוג בלױז די פֿיזישע אַרבעט בײַם בױען. און דערצו האָט איר אױך עטלעכע מאָל אין אַ װאָך צו דרײען מיט די פֿיס און אָנציִען די קהילהשע באַטעריעס. מוזט איר אָבער פֿאַרשטײן, אַז אַ טײל פֿון װאָס מיר טוען זעט טאַקע אױס איבעריק, און אַפֿילו איבערגעטריבן (דער עיקר װען מע טוט די זעלבע זאַך נאָך אַמאָל און װידער אַמאָל, – נאָכאַנאַנד). פֿאַראַן אָבער אַ סיבה דערפֿאַר, – דאָס װאָס מיר טוען איצט איז בכדי אײַנצושטעלן אַ מין סדר היום, אָרגאַניזירן אונדזערע טעג, און אױך אונדזער אַלגעמײנעם, טאָג-טעגלעכן לעבנסשטײגער. דאָס װאָס מיר טוען הײַנט װעט זיכער משפּיע זײַן אױף אונדזערע לעבנס און אױף אונדזערע קינדס-קינדערס לעבנס במשך פֿון די קומענדיקע דורות. לאָמיר דאָס טאָן מיטן רעכטן פֿוס פֿאָרױס, און ניט, חס ושלום, אױף אַ הינקענדיקן אופֿן."

דער פּאַסטעך ענדיגט רײדן, קוקט זיך אַרום, און פֿרעגט צי עמעצער װיל נאָך עפּעס צוגעבן, אָדער װיל עפּעס פֿרעגן.

אַזױ װי אַלע שװײַגן, זאָגט ער:

– "נו, איך מײן אַז דאָס איז אַלץ אױף הײַנט. איר קענט איצט גײן עסן," רופֿט דער פּאַסטעך צו אַלעמען אַרױס.

– "אין אַ גוטער שעה," זאָגט חיה גרין [#17] צו די אַרומיקע מײדן. "מיר האָבן דאָס אָפּגעפּטרט. איך האָב געמײנט, אַז עס װעט זיך קײנמאָל ניט ענדיקן. טאָ לאָמיר טאַקע גײן עסן."

חיה דרײט זיך אױס אין דער ריכטונג פֿון די געצעלטן, און הײבט אָן גײן. נאָר פּלוצלונג שטעלט זי זיך אָפּ, און שרײַט אַרױס אױף אַ הױכן קול: "אױ װײ." אַלע דרײען זיך אױס צו איר.

– "װאָס איז געשען?" רופֿט זיך אָפּ דער פּאַסטעך, און אויך עטלעכע מײדלעך. "צי איז אַלץ אין אָרדענונג מיט דיר?"

– "אַװדאי ניט," ענטפֿערט זי. "איך האָב זיך ערשט דערמאָנט, אַז כאָטש מיר האָבן פֿאַרענדיקט די איבונגען... װעלן מיר נאָכן עסן דאַרפֿן װידער גײן אַרבעטן בײַם אױפֿשטעלן דעם שטעטל בראשית..."

עטלעכע מײדלעך װאָס שטײען הינטער איר צעלאַכן זיך שטילערהײט. חיה דרײט זיך אױס, און קוקט אױף זײ שטרענג, און דערנאָך טרעט אָפּ פֿון זײ אין דער ריכטונג פֿון די עס-טישן.

דער פּאַסטעך קען זיך אױך ניט אײַנהאַלטן פֿון כאָטש שמײכלען.

נאָכן עסן פֿרישטיק, גײען זײ אַלע אַרױס אַרבעטן בײַם אױפֿשטעלן דעם שטעטל. צוליב דעם װאָס די יונגע און נאָך שװאַכע קערפּערס זײערע זײַנען נאָך ניט גרײט פֿאַר אַזאַ שװערער אַרבעט, באַפֿרײַט זײ דער פּאַסטעך פֿאַר דער צײַט. זײ אַרבעטן אָפּ װײניקער פֿון די צוגעטײלטע 4 שעה. װען זײ קומען צוריק, אַזײגער 12:15, װאַשן זײ זיך גלײַך אָפּ און גײען עסן. אַ טײל פֿון די מײדן זײַנען אָבער אינגאַנצן אױסגעמאַטערט, און זאָגן זיך אָפּ פֿון עסן דער מיטאָג מאָלצײַט. זײ װאַשן זיך אָפּ, און גײען גלײַך אין די געצעלטן אַרײַנכאַפּן אַ שעה-צװײ רו, פֿאַר די נאָכמיטאָג לימודים. עטלעכע, אָבער, האָבן אַנדערע פּלענער...

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 6.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 6.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 6.3 דער צווייטער אויפברויז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל