====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 4

4.2 נײַע ענערגיע

צוריק צו: 4.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

(06:30)

– "גוט מאָרגן, מײַנע שײנע דאַמען" – רופֿט זיך אָפּ דער פּאַסטעך אױף דער פֿרימאָרגן פֿאַרזאַמלונג. "איך האָף, אַז איר זײַט נעכטן בײַנאַכט בעסער געשלאָפֿן. איך װיל קודם-כּל באַדאַנקען די מײדלעך װאָס האָבן נעכטן אױף דער נאַכט געהאַלטן װאַך. איך בין צופֿרידן צו זען אײַך אַלעמען דאָ. – אַפֿילו װאָס איר זעט אױס האַלב-פֿאַרשלאָפֿענע..."

מע הערט אַ ביסל געלעכטער.

– "װי מיר האָבן נעכטן געהערט, װעט אונדזער טאָג-פּלאַן באַשטײן פֿון עטלעכע טײלן: 3 שעה אינדערפֿרי אַקטיװיטעטן, 4 שעה אַרבעט, 2 שעה מיטאָג איבעררײַס, 4 שעה לערנען, 5 שעה אָװנט אַקטיװיטעטן, און 6 שעה שלאָפֿן. פֿאַרשטײט זיך, אַז װאָס שײך אײַערע פֿרײַע שעהן, װעט איר שױן אַלײן באַשטימען װי איר װילט דאָס אײַנטײלן. למשל, װיפֿל פֿון די פֿרײַע שעהן איר װילט בלײַבן װאַך, און װיפֿל איר װילט אױסנוצן פֿאַר אָפּרו-שעהן."

– "אָט, צום בײַשפּיל, זײַנען די 5 שעה פֿון אָװנט אַקטיװיטעטן אין צװײ טײלן. די ערשטע צװײ שעה, בעתן עסן, מוזן אַלע זײַן, אָבער נאָך דעם, – די װײַטערדיקע 3 שעה, – האָט איר אַ ברירה יע אָדער ניט אָנטײלנעמען. איר קענט, למשל, דאָס אױסנוצן פֿאַר אײגענער פֿאַרװײַלונג אָדער װי צוגאָב שלאָף-שעהן."

– "אַזױ װעלן מיר זיך פֿירן יעדן טאָג, אַחוץ פֿאַר אױסנאַם-טעג (ערבֿ-שבת און יום-טובֿ, און אַנדערע ספּעציעלע געלעגנהײטן). מיר װעלן אָנהײבן אונדזער טאָג מיט אַנאָנסןװאָס דערװײַלע זײַנען כּמעט ניטאָ אַזעלכע, אָבער איך האָף אַז מיט דער צײַט װעט זײַן מערער װאָס צו דערצײלן: נײַעסן, ידיעות, אַנאָנסן װעגן ספּעציעלע אונטערנעמונגען, און אַזױ װײַטער. אַגבֿ, טאָמער װיל עמעצער פֿון אײַך עפּעס אַנאָנסירן, זאָל זי דאָס אָנשרײַבן אין פֿאָרױס, און געבן איר הױז-פֿאָרשטײערין, װאָס װעט עס מיר דערנאָך איבערגעבן."

– "דער ערשטער אַנאָנס, האָב איך פֿאַר אײַך שױן: װי אַן אױסנאַם, און װי אַ פּועל-יוצא פון דעם ערשטן טאָג פֿון די לימודים, װעט דער אָפּרו-צײַט פֿאַרקירצט װערן מיט אַ האַלבע שעה. דאָס הײסט, אַז אַנשטאָט דער אָפּרו-צײַט זאָל זײַן פֿון 1 אַזײגער ביז 3 אַזײגער נאָך מיטאָג, און די לימודים פֿון 3 אַזײגער אָן, װעלן מיר זיך הײַנט פֿאַרזאַמלען האַלב נאָך צװײ (דאָס הײסט, צװײ-דרײַסיק, פֿאַר די װאָס רעכענען אַזױ, אָדער האַלב-דרײַ, פֿאַר די װאָס רעכענען אַזױ...), כּדי אײַך צו געבן אַן אַרײַנפֿיר צו די לימודים בכלל, און אײַך אױסטײלן לײען און שרײַב מאַטעריאַלן: פֿעדערס, מעקערס, העפֿטן, ביכער, און אַרבעטס-העפֿטן."

– "... גוט... איז דערװײַלע האָב איך ניט קײן אַנדערע אַנאָנסן, טאָ לאָמיר גײן װײַטער... אין אַ געװײנטלעכן װאָכן-טאָג, נאָך די אַנאָנסן, װעלן מיר זיך נעמען צו אַ ביסל געניטונג פֿאַר אױספורעמען אַ בעסערן און געזינטערן גוף. דאָס איז אַ חוץ פֿאַר ספּאָרט-אַקטיװיטעטן און גימנאַסטיק װאָס װעלן זײַן אַ טײל פֿון דעם אַלגעמײנעם לערן-פּראָגראַם, און אױך באַזונדער פֿון אַ ספּעציעלער געניטונגס-פּראָגראַם װאָס איך װעל אױסאַרבעטן מיט יעדער אײנער פֿון אײַך, צוגעפּאַסט צו אײַערע ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן. דאָס װעט איר קענען אַדורכפֿירן טאַקע בעת יענע "פֿרײַע" שעהן װאָס איר װעט האָבן. איך װעל אײַך אױך לערנען געװיסע טעכניקן פֿון זעלבסט-שוץ װאָס יעדער מענטש – מאַן צי פֿרױ דאַרף קענען."

– "איר פֿרעגט זיך מסתּמא: "צו װאָס דאַרף איך קענען זעלבסט-שוץ. מע האָט שױן געזאָגט, אַז דאָ זײַנען ניטאָ קײן "געפֿערלעכע" מענטשן...". די סיבה איז פֿאָלגנדיקס: די געניטונגען און טעכניקן װאָס איך װעל אײַך לערנען זײַנען פֿאַר פֿיזישער דיסציפּלין, און פֿאַרן פֿילן זיך זיכערער און באַקװעמער מיט ס'אײגן גוף. אַפֿילו איר װעט דאָס ניט דאַרפֿן, איז דאָס גוט צו קענען. עס װעט זיך בײַ אײַך אַנטװיקלען אַ בעסערע קאָאָרדינאַציע און מיטאַרבעט צװישן קאָפּ און קערפּער, מח און כּח."

– "און אױב מיר רעדן שױן װעגן געניטונג, װיל איך אײַך מיטטײלן, אַז יעדע אײנע פֿון אײַך װעט דאַרפֿן אָפּגעבן אַ פאָר שעה אין װאָך, אין אַרױסהעלפֿן אָנציִען די באַטעריעס װאָס שאַפֿן בײַ אונדז די עלעקטרע. דאָס איז זײער אַ פּשוטע זאַך, כאָטש איר װעט מן-הסתּם ניט װײניק שװיצן דערבײַ. אָבער דאָס איז אױך לטובֿת אײַער געזונט. איר װעט זיצן אױף ספּעציעלע סאָרטן ביציקלעטן װאָס באַװעגן זיך ניט, נאָר שטײען אױף אַן אָרט. איר װעט זיך אַװעקזעצן אױף די שטולן, און דרײען די פּעדאַלן מיט די פֿיס. דאָס אַרבעט װי אַ גענעראַטאָר און װעט אַרײַנפֿירן עלעקטרע אין די באַטעריעס װאָס מיר נוצן דאָ. טאָ לאָמיר טאַקע צוגײן זען די אַפּאַראַטן, און איך װעל אײַך אױפֿן אָרט װײַזן װי דאָס אַרבעט. הײַנט װעט די געניטונג זײַן געװידמעט די גענעראַטאָר-ביציקלעטן, איר זאָלט אָנהײבן זיך צוגעװאױנען צו דעם."

דער פּאַסטעך פֿירט זײ אַריבער אַ בערגל [*** זע מאַפּע #1***] אין די זאַמדן הינטער זײַן געצעלט, װאו עס שטײען עטלעכע בײמער װאָס צװישן זײ איז אױסגעהאַנגען אַ גרױסע און ברײטע שטאָף, װי אַ מין חופּה. אונטער דעם, שטײען 5 גענעראַטאָר-ביציקלעטן, צוגעבונדענע דורך עלעקטרישע דראָטן צו אַ סעריע באַטעריעס. ער קלערט אױף די פּרינציפּן פֿון דעם, דעמאָנסטרירט װי עס פֿונקציאָנירט, און לאָזט יעדע אײנע פֿון די מײדלעך פּרובירן.

– "נו," זאָגט דער פּאַסטעך, נאָך דעם װי אַלע האָבן פּרובירט די גענעראַטאָר-ביציקלעטן, "איך זע אַז עס איז שױן צײַט פֿאַר מיר צו גײן דאַװנען. לאָמיר צוריקגײן צום קעמפּ אונדזערן (װאו די געצעלטן געפֿינען זיך), און זיך אָפּװאַשן. איר קענט דערװײַלע אָנהײבן עסן. איך װעל באַלד צוקומען צו אײַך."

זײ גײען צוריק, די מײדלעך אין פֿאָרױס. דער פּאַסטעך גײט אַרײַן אין זײַן געצעלט, און קומט באַלד אַרױס. ער כאַפּט זיך צו צו די מײדלעך, און פֿאָלגט זײ נאָך אין דער ריכטונג פֿון די עס-טישן. די מערהײט מײדלעך זײַנען שױן אָנגעקומען אױפֿן אָרט, אָדער זײַנען געגאַנגען זיך אַרומװאַשן. נאָר אײניקע זעען װי דער פּאַסטעך קומט אָן באַלד נאָך זײ.

– "נו, דו גײסט ניט דאַװנען?" רופֿט זיך אָפּ צילע גאָלדין [#9].

– "כ'האָב שױן אָפּגעדאַװנט, אָבער זאָג מיר, זײַ אַזױ גוט, װי דו הײסט," ענטפֿערט איר דער פּאַסטעך.

– "אָ, אַנטשולדיקט. איך הײס צילע גאָלדין, נומער 9. אָבער, װאָס הײסט, שױן אָפּגעדאַװנט? ביסט ערשט אַרײַן אין דײַן געצעלט און אין װײניקער פֿון אַ פּאָר סעקונדעס, ביסטו װידער אַרױסגעקומען. װען האָסטו געהאַט צײַט צו דאַװנען?"

– "כאַ, כאַ, כאַ... איך פֿאַרשטײ, צילע, ..." ענטפֿערט איר דער פּאַסטעך. "אַזױ, װאָלט איך געדאַװנט אַלײן, נאָר היות װי הײַנט איז מאָנטיק, און מע דאַרף דאַװנען מיט אַ ספֿר-תּורה און מיט אַ מנין פֿון מענער – און דאָ איז ניטאָ ניט אײנס און ניט דער אַנדערער, בין איך געגאַנגען צו מײַנע חבֿרים דאַװנען... אָבער איך זע אַז איר פֿאַרשטײט נאָך ניט. איך װעל אײַך אױפֿקלערן שפּעטער. לאָמיר זיך בעסער נעמען צום עסן, איך בין גאַנץ הונגעריק."

– "אָבער פֿאַר דעם, קענסטו מיר טאָן אַ טובֿה, און צורופֿן חיה גרין [#17]? איך דאַרף רעדן מיט איר עפּעס, ... אַ דאַנק."

חיה קומט צו גײן, אַ ביסל נערװעז װאָס פּונקט זי רופֿט מען צום פּאַסטעך.

– "חיה, װי ביסטו נעכטן געשלאָפֿן?"

– "ניט גוט... עס איז מיר שװער צו ליגן אױף דר'ערד אין אַ שלאָף-זאַק. איך האָב דיר דאָך געזאָגט, – איך בין שױן ניט אַזױ יונג..." ענטפֿערט זי.

– "דו ביסט נאָך יונג, און שײן, חיה. צי האָסטו געטראַכט פֿון װאָס איך האָב דיר פֿאָרגעלײגט, אַז דו זאָלסט דערװײַלע שלאָפֿן אין מײַן בעט...?" זאָגט דער פּאַסטעך צו איר מיט אַ שמײכל.

חיה װערט אינגאַנצן רױט אין פּנים: "...איך קען ניט. איך װעל ניט ..."

– "דו האָסט דאָך געזאָגט, אַז ס'איז דיר שװער צו שלאָפֿן אױף דר'ערד. איך באַשטײ, אַז דו זאָלסט שלאָפֿן אין מײַן בעט. עס איז די אײנציקע בעט ..."

– "...אָבער...אָבער סע פּאַסט ניט..."

– "דו פֿאַרשטײסט ניט... איך גיב עס דיר איבער... זײַ אַזױ גוט, רוף צו צװײ פֿון די שטאַרקערע מײדן, למשל די הױכע דאָרט, װי רופֿט מען זי,... אַ יאָ, גיטל גערשנזאָן [#3], און נאָך אײנע, און מירן צופֿירן מײַן בעט צו דיר אין געצעלט אַרײַן."

חיה לױפֿט גיך אָפּ, צופרידענערהײט, און רופֿט צו גיטלען, מיט סאָסיע טײטלבױם [#15], װאָס צוזאַמען מיטן פּאַסטעך טראָגן זײ אַריבער זײַן בעט אינעם בלױען געצעלט װאו חיה גרין געפֿינט זיך.

חיה באַדאַנקט אים און די צװײ חבֿרטעס, און פֿרעגט: "און װאו װעסטו שלאָפֿן?"

ענטפֿערט איר דער פּאַסטעך מיט אַ ממזרישן שמײכל: "איכ'ל זיך אַן עצה געבן... און טאָמער איז מיר קאַלט, אָדער עס בענקט זיך נאָך מײַן בעט, װעל איך דיר קומען באַזוכן..." און ער גײט אָפּ אין דער ריכטונג פֿון די עס-טישן.

חיה שטײט, פֿאַררױטלט זיך װידער, און האָט ניט װאָס צוצוגעבן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 4.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 4.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 4.3 שטאָט-פּלאַן

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל