====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 9

9.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך:
- שבת, דעם 1טן אַפּריל, 1911

"דאָס איז געװען אונדזער ערשטער שבת. פֿון אָנהײב, איז אַדורך נישקשהדיק. בײַ אַ טײל פֿון די מײדלעך, האָט זיך אָבער געפֿילט, אַז די טראַגישע פּאַסירונגען פֿון דעם טרײַענגל-פֿײַער הענגען נאָך איבער זײ װי אַ שװאַרצער װאָלקן. צו דעם, האָבן זײ אױף זײער געװיסן נאָך געהאַט דעם שװערן און גורלדיקן באַשלוס פֿון באַשטימען ענדגילטיק: צי פֿאַרבלײַבן, צי פֿאַרלאָזן...

... די דאָזיקע װאָגיקע געדאַנקען האָבן זײ אַװדאי געפֿילט מערער שבת. במשך פֿון דער װאָך, זײַנען זײ דאָך געװען "פֿאַרנומען" מיט אַרבעט, לימודים, און פֿאַרשײדענע סאָרטן אַקטיװיטעטן. שבת, האָבן זײ געהאַט צײַט פֿאַר אַ חשבון-הנפֿש און פֿאַרן גוט אַרײַנטראַכטן זיך אין װאָס זײערע װײַטערדיקע שריט װעלן זײַן...

 ... עס איז הײַנט פֿאָרגעקומען אַן אומאָנגענעמע אינצידענט צװישן צװײ מײדן. איך האָב נאָך אין די ערשטע טעג געפֿילט אַז עפּעס קאָכט זיך, אָבער זיך ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז פּונקט שבת װעט עס אױפֿרײַסן פֿאַר אַלעמען אין פּנים אַרײַן. פֿונדעסטװעגן, איז אפֿשר דאָך גוט געװען, װאָס די זאַך איז װאָס פֿריִער געקומען צו אַ טאָלק, און מע האָט זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרצן. איך האָף, אַז מיט דעם האָט זיך די פּרשה פֿאַרענדיקט, און אַז די מײדן פֿאַרשטײען זיך איצט כאָטש אַ ביסל בעסער...

  ... דער טערמין צו באַשטימען װאָס װײַטער איז געקומען צו אַ סוף. איך האָב אין אָװנט אַדורכגעפֿירט אַ קורצע טרעפֿונג מיט יעדן מײדל באַזונדער. דאָס, בכדי יעדע אײנע זאָל האָבן די געלעגנהײט זיך אַראָפּצורײדן פֿון האַרצן אײדער זי מאַכט דעם ענדגילטיקן באַשלוס פֿון יאָ אָדער ניט צו פֿאַרבלײַבן...."

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

פאָרויס צו: 9.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

 פאָרויס צו: 9.2 שחרית און קידוש

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 9

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל