====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 5

5.6 ווער איז העניע (פייגע-הינדע) גאָלדבערג?

צוריק צו: 5.5 ימודים – III – די וועלט פון 1911 ביז 1918

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "די גרינע קוזינע"

********

(20:00)

נאָכן עסן, גרײט מען זיך װידער אַדורכצופֿירן אַ באַקאַנטשאַפט-פּראָגראַם, װאו אײניקע פֿון די מײדלעך װעלן זיך פֿאָרשטעלן לױט דעם אינהאַלט פֿון די פֿרעג-בױגנס װאָס זײ האָבן זונטיק אױסגעפֿילט. נאָר אײדער דער אָװנט הײבט זיך אָן, אַנאָנסירט דער פּאַסטעך די 2 מײדלעך פֿאַר יעדער װאַך. דאָס זײַנען:

װאַך#1 (00:00-21:00): צילע גאָלדין [#9] און העניע גאָלדבערג [#10]

װאַך#2 (03:00-00:00): סאָסיע טײטלבױם [#15] און מירל פּערלמאַן [#16]

װאַך#3 (06:00-03:00): ליבע סאָבאָל [#21] און רײזל טשאַרנעס [#22].

גלײַך נאָך דעם, װערט דער טאָג-פּלאַן אױף מאָרגן פֿאָרגעשטעלט פֿאַר די מײדלעך. דער פּאַסטעך פֿרעגט צי עמעצער האָט פֿראַגעס אָדער װיל עפּעס באַמערקן. קײנער רופֿט זיך ניט אָפּ, גײט מען װײַטער מיט דעם אָװנט פּראָגראַם.

היות װי דאָראַ װאַסערהאָלץ [#27] האָט אין דער פֿריִערדיקער אָװנט דערצײלט װעגן זיך, קלײַבט זי איצט אױס די פֿרעג-בױגן פֿון װער עס װעט הײַנט זײן דער "קרבן".

עס געהערט צו העניע (פײגע-הינדע) גאָלדבערג [#10]...

– " װאָס, ס'איז טאַקע מײַן רײ?... נו גוט,... זאָל זײַן...". זי גיט אַ טראַכט עטלעכע סעקונדעס, װי זי ראַנגלט זיך װאָס צו טאָן, און זאָגט אַזױ צו דאָראַן: "האַלט די פּאַפּירן. איך װעל באַלד צוריקקומען צו דעם. איך מוז אָבער מודה זײַן, אַז ניט אַלץ װאָס איך האָב אָנגעשריבן איז דאָרט אמת... איך פֿיל זיך איצטער װי איך בין אַ באַפֿרײַט מענטש, און איך װיל איצט פֿאַר אַלעמען אַלץ אױפֿקלערן, אַלץ אַנטפּלעקן. אָבער פֿריִער, כּדי איר זאָלט האָבן אַן אַנונג פֿון װער איך בין, אױף דער אמת, – אַז דאָס װאָס איך װעל איצט דערצײלן איז ניט גלאַט אַן אױסגעטראַכטע מעשׂה, – זעט װער איך בין, און װאָס איך קען..."

װי נאָר זי דערגאַנצט די אױסטערלישע און מאָדנע װערטער גיט זי אַ שפּרונג צו צו אַ זײַטיקן טיש װאו עס ליגן לאַבנס ברױט, כאַפּט אַרױף צװײ לאַבנס, אײנע אין יעדער האַנט, און װאַרפֿט זײ אַרױף הױך אין דער לופֿטן. װי נאָר די ברױט פֿליט אַרױף הױך איבער די קעפּ פֿון די דערשטױנטע מײדלעך, נעמט זי צװײ ברױט מעסערס װאָס ליגן דאָרט און אין אַן אױגנבליק װאַרפֿט זײ, און טרעפֿט פּונקט אין יעדן לאַבן.

מיט אַ בליץ שנעלקײט, גיט זי אַ לאָף פֿאָרױס, בײגט זיך טײלװײַז אַראָפּ און כאַפּט אַרױף איר קלײד אין די הענט, און אײדער עמעצער קען רעאַגירן, גיט זי אַ שפּרונג אַרױף אױף אַ טיש, און גלײַך נאָך דעם, נאָך אַ שפּרונג װאָס הױבט איר אַרױף הױך און אין אַ פֿליִענדיקער קײַקל. זי לאַנדעװעט פּונקט פֿאַרן פּאַסטעך.

אײדער װאָס און אײדער װען, כאַפּט זי אים אָן, און װאַרפֿט אים גלײַך אױף דר'ערד מיט אַ גיכקײט און אַ לײַכטקײט װאָס נעמט בײַ אַלעמען צו דעם אָטעם. זי שטײט איבער אים מיט אײן פֿיסל אױף זײַן ברוסט און אַ שײנעם שמײכל אױף די ליפּן. זי איז טײלװײַז אײַנגעבױגן און איר קלײנער פֿױסט ליגט צענטימעטערן פֿון זײַן דערשטױנט פּנים. מע זעט אַז זי אָטעמט גאָר ניט שװער, פּונקט װי זי װאָלט ערשט אױפֿגעשטאַנען פֿון איר שטול בײַם טיש... װי קומט צו אַזאַ קלײנטשיק, דאַרינק מײדל אַזעלכע אײבער-כּוחות און אַקראָבאַטישע פעיקײטן?

נאָך אַ פּאָר סעקונדעס, לאָזט זי דעם פּאַסטעך באַלד אָפּ, און דערלאַנגט אים די האַנט, ער זאָל אױפֿשטײן. ער איז אינגאַנצן צעטומלט און אָן װערטער. אַלע זײַנען שטום און דערשטױנט.

העניע קוקט אױף אים מיט אַ ממזרישן שמײכל, און דערנאָך צו די אַנדערע, און זאָגט אַזױ:

– "איך קען 15 װעגן װי אַזױ צו... – לאָמיר דאָס אָנרופֿן "נײטראַליזירן" – אַ מאַן: 5 טוען זײער װײ (דעם מאַן מיט װעמען איך פֿאַרנעם זיך, פֿאַרשטײט זיך), 5 טוען כּמעט ניט קײן װײ (אַזױ גיך און אַקוראַט איז עס), און פֿון 5 אַנדערע, װעט ער שױן ניט אױפֿשטײן... אפֿשר דערפֿאַר האָב איך קײן בחור קײנמאָל ניט געפֿונען – װער װיל האָבן אַזאַ כּלה?" װיצלט זי זיך.

– "איך קען שיסן מיט פּיסטױלן און ביקסן, און כּסדר טרעפֿן אין ציל. אױך מיט פֿײַל-און-בױגן, און װי איר האָט געזען, מיט מעסערס בין איך אױך גאַנץ באַהאַװנט. איך קען רײַטן אױף אַ פֿערד און בין נישקשה מיט אַ שװערד. איך קען אַרום 15 שפּראַכן און האָב באַזוכט אין כּמעט יעדער שטאָט אין אײראָפּע... סײַ אין די שענסטע פּאַלאַצן בײַ מלכים, סײַ אין די שמוציקסטע טאַװערנעס בײַ גנבֿים, און אױך אין ... (איר װילט ניט װיסן װאו נאָך...), – און מײן אמתער נאָמען איז ניט "גאָלדבערג", אָבער עס איז פּונקט אַזױ גוט דאָס, װי אַן אַנדער נאָמען. איך האָב 10 פּאַספּאָרטן און פּונקט אַזױ פֿיל משפּחה נעמען מיט משפּחה הינטערגרונטן... אָבער איצט װיל איך פֿאַר אײַך אַנטפּלעקן דעם פֿולן אמת..."

זי גײט צו צו דאָראַ װאַסערהאָלץ װאָס שטײט נאָך אױבן-אָן, אַ פּאַראַליזירטע, איר מױל נאָך אָפֿן. זי האַלט נאָך די פֿרעג-בױגן פּאַפּירן אין האַנט. װען העניע נעמט זײ שטיל פֿון איר צו, װערט זי װי באַפֿרײַט פֿון פּאַראַליז, און זי זעצט זיך שװער אַװעק.

– "װי איך האָב אײַך זונטיק געזאָגט, הײס איך פײגע-הינדע – אױף אַן אמת. דאָס איז אַ נאמען נאָך דער באָבען – פֿון טאַטנס צד. העניע איז ניט מײַן אמתער נאמען, כאָטש איך האָב דאָס צום מערסטנס גענוצט. איך בין 20 יאָר אַלט, כאָטש אָפֿט מײנט מען אַז איך בין אַ סך ייִנגער. איך בין איצט אַ נײטאָרין, אָבער אין דער אמתן, בין איך אַ לױפערין, אָדער בעסער געזאָגט, די טאָכטער פֿון אַ לױפֿער."

– "װאָס איז אַ "לױפֿער", און װי קומען צו דיר די אַלע קענטשאַפֿטן?" רײַסט איר איבער דער פּאַסטעך.

– "אָ, אין דעם גײט עס טאַקע... כּדי צו פֿאַרשטײן װאָס איך בין און װי איך קום צו דעם, צו די ניט-ייִדישלעכע, און אַװדאי ניט מײדלשע פעיקײטן, מוז איך אײַך דערצײלן װעגן מײַן פֿאָטער, ע"ה, און װעגן אַ װעלט-באַרימטער רײכער ייִדישער משפּחה..."

פײגע-הינדע הײבט אָן דערצײלן װעגן איר יונגן און פעיקן פֿאָטער װאָס איז אַרײַנגענומען געװאָרן בײַ דער רײכער ייִדישער משפּחה װי אַ ספּעציעלן 'אַגענט' (זי רופֿט דאָס "לױפֿער" – כאָטש קײן אָפֿיציעלן נאמען פֿאַר דעם איז ניט געװען. דאָס האָט זי נאָך קינדװײַז-אָן אַלײן צוגעטראַכט, אַז אַזאַ סאָרט נאָמען איז גוט צוגעפּאַסט צו איר פֿאָטערס אַרבעט)... זי דערצײלט װעגן זײַנע רײַזעס איבער אײראָפּע אין שליחות פֿאַר דער משפּחה. זי דערצײלט װײַטער, װי אין אַ געװיסן טאָג האָט ער געטראָפֿן און זיך פֿאַרליבט אין אַ מײדל פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַלסאַס (אין פֿראַנקרײַך, לעבן דער דײַטשער גרענעץ), – די װאָס װעט אײן טאָג װערן איר מאַמע. װי אַזױ ער האָט געהײם מיט איר חתונה געהאַט (לױפֿערס האָבן ניט געטאָרט האָבן משפּחות). דאָס יונג װײַבל שװענגערט, אָבער האָט אַ שװערן טראָגן און האָבן. קורץ נאָך דעם געבורט פֿון פײגע-הינדען, איז זי ניפטר.

דער לױפֿער, איר טאַטע, פֿירט דעם קלײנעם מײדל צו זײַן אַלטער שטרענגער מומע אין דער שװײַץ. אין דער אמתן װײסט זי ביז הײַנט צו טאָג ניט, צי דאָס איז רעכט געװען אַ טאַנטע, אָדער גלאַט האָט מען עס איר אַזױ פֿאָרגעשטעלט, װען זי איז נאָך אַ קלײנע געװען. דאָרט װערט זי געהײם אױפֿגעהאָדעװעט מיט פּריװאַטע לערערס. זי לערנט די סודות פֿון זעלבסט-שוץ, מעדיצין, און הײלונגס-מיטלען פֿון װײַטן אָריענט דורך אָריענטאַלישע לערערס, און מיט אַנדערע לערערס, װעגן דער הױכער אײראָפּעישער קולטור און װי זיך צו פֿירן צװישן אַדללײט. מיט גאָר אַנדערע, – זי װאָלט זײ ניט דװקע גערופֿן לערערס, – אַנטפּלעקט מען פֿאַר איר יונגער און רײנער נשמה אַלץ (אָדער כּמעט אַלץ) פֿון דער טונקעלער זײַט פֿון דער מענטשהײט: די גנבֿים װעלט, װעלט פֿון שמוגל און שװאַרצער מסחר, און נאָך.

זי לערנט זיך אױס פֿון דעם טאַטן אַ סך פֿון זײַנע קענטשאַפֿטן אין געשעפֿט, פֿינאַנצן, און פּאָליטיק, און מיט דער צײַט, נעמט ער זי אַרײַן צו זיך צו דער אַרבעט, אױף ספּעציעלע שליחותן פֿאַר דער רײַכער ייִדישער משפּחה. איר הױפּט פֿליכט איז צו באַקענען זיך מיט די 'באַגלײטערס' פֿון װיכטיקע פּערזענלעכקײטן אין דער װעלט פֿון פּאָליטיק און מסחר (אַריסטאָקראַטן און אַדללײט, װיכטיקע פּאָליטיקער, און געשעפֿטס-מענטשן). די דאָזיקע 'באַגלײטערס' – דער אַזױ גערופֿענער "אַנטוראַזש" – איז באַשטאַנען, למשל, פֿון זײערע קינדער, זײערע חבֿרטעס (אָדער חבֿרים), װי אױך באַקאַנטע שרײַבערס, קינסטלערס און אַנדערע װאָס קומען אָפֿט באַזוכן אין זײערע הײַזער און הױפֿן, אָדער מיט װעמען זײ טרעפֿן זיך אָפֿט.

אין דעם פּעריאָד פֿון זינט זי איז אַרום 12 יאָר אַלט, ביז כּמעט 19, פֿאָרט זי אַרום אײראָפּע מיטן טאַטן אירער. זײ בײַטן אַלעמאָל די נעמען און פּאַספּאָרטן, און מאַכן דעם אָנשטעל אַז זי איז זײַן טאָכטער (װען זי איז נאָך קלײן געװען, איז דאָס טאַקע געװען אמת), אָבער שפּעטער, אַז זי איז זײַן חבֿרטע, שװעסטער, אָדער אַפֿילו יונגע װײַבל. פֿאַרשײדענע ראָלעס שפּילן זײ בײַם באַקענען זיך מיט מענטשן און כּדי אַרױסצוצאַפּן אינפֿאָרמאַציעס װאָס דער טאַטע שיקט שפּעטער אַריבער צו אַנדערע אַגענטן װאָס דאָס דערגרײכט צום סוף דער רײַכער ייִדישער משפּחה. אָפֿט זײַנען דאָס פֿינאַנציעלע ענינים, אָבער טײלמאָל אױך פּאָליטישע, צי אינטערעסן פֿון אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער װיכטיקײט.

זי און איר פֿאָטער פֿירן אַ װילד לעבן, פֿאָרנדיק פֿון אָרט צו אָרט, בײַטנדיק דעם אידענטיטעט מיט די פּאַספּאָרטן, װי אַ מענטש בײַט זיך די קלײדער – און אַמאָל מער װי אײן מאָל אין טאָג. דאָ זײַנען זײ רוסישע זשורנאַליסטן, דאָ איז דער טאַטע אַן ענגלישער קאָלאָנעל און זי זײַן פראַנצױזישע "חבֿרטע". דאָ זײַנען זײ איטאַליענישע ברודער און שװעסטער װאָס אונטערהאַנדלען פֿאַר זײער פֿאָטער אַ װיכטיקע געשעפֿטס-ענין מיט אַ פּאָרטוגעזישער פֿישער-פֿירמע. און שפּעטער, פֿאָרן זײ אָפּ קײן איטאַליע, מיט די געקױפֿטע סחורה, כּלומערשטע פּאָרטוגעזער, און גיבן דאָס אַלץ איבער אין אַ פֿאַבריק פֿון אײַנפּאַקן און אײַנזאַלצן פֿיש װאָס געהערט צו דער רײַכער ייִדישע משפּחה, װאָס שפּעטער װעלן זײ דאָס טאַקע פֿאַרקױפֿן אָט די פּאָרטוגעזישע סוחרים, פֿאַר טאָפּלט די געלט. און דאָס זײַנען די לײַכטערע ראָלעס: די װײניקער אינטערעסאַנטע, אָבער אױך װײניקער ריזיקאַלישע, אַפֿילו װאָס זײ גײען אַרום מיט גרױסע סומעס געלט.

אַזױ אַרום באַקענט זי זיך מיט באַנקירערס און פּאָליטיקערס װי אױך מיט װיכטיקע דענקערס, זשורנאַליסטן, און שרײַבערס. דורך די לעצטע הערט זי װעגן דער פּאַנגײע-טעאָריע, און אױך װעגן דער נאָך ניט דערשינענער מעשׂה פֿון דעם שרײַבער סאַקס ראָמער װאָס שרײַבט װעגן דעם שרעקלעכן "פֿו מאַנטשו". זי גיט אים (ראָמערן, הײסט עס) דעם געדאַנק ער זאָל אין זײַן מעשׂה אַרײַנשטעלן אין אײנע פֿון די סצענעס װעגן אַן אַלטן צעריסענעם אַנאָנס פֿון ענגלישן ייִדישן טעאַטער, – כּדי די סצענע זאָל קלינגען מער אױטענטיש...

ביז אַהער, הערט מען ניט קײן אײן פּיפּסק פֿון די אַלע חבֿרטעס אירע, און אױך פֿון דעם פּאַסטעך ניט. אַלע זײַנען פֿאַרכאַפּט פֿון דער אױסטערלישער מעשׂה.

זי דערצײלט װײַטער:

– "אין אַ געװיסן טאָג, בעתן פֿירן זײער סענסיטיװע אונטערהאַנדלונגען מיט ניט קײן אָנשטענדיקע מענטשן, פֿאַלט אַדורך דער עסק, און די װאָס פֿאַרשפּילן נעמען נקמה אין מײַן פֿאָטער און טײטן אים. איך בין אױפֿן אָרט ניט געװען, װײַל ער האָט מיר געהאַט אַװעקגעשיקט טאָן עפּעס אַנדערש פֿאַר אים. װי נאָר איך האָב זיך דערװאוסט פֿון דעם, און אַז מען זוכט מיר אױך, האָב איך געמוזט גלײַך אַנטלױפֿן װײַל עס האָט געדראָעט מײַן לעבן. אױף זײַן לװיה בין איך אַפֿילו ניט געװען, און איך װײס ניט װאָס זײַן גורל איז געװען, דאָס הײסט, צי מען האָט אים אַפֿילו געבראַכט צו קבֿר ישׂראל, און װאו..."

איצט איז פײגע-הינדעס קול מער אײַנגעהאַלטן, מער טרױעריק, דערמאָנענדיק זיך אין די שרעקלעכע מאָמענטן און דעם אָנגײענדיקן אַנגסט און פּחד בײַם אַנטלױפֿן און באַהאַלטן זיך.

אַלץ פֿאַרלאָזט זי, און מיט איר "לױף-פּעקל" (אַזױ רופֿט זי אָן דעם פּעקל קלײדער, פּאַספּאָרטן און ביסל געלט װאָס זי האַלט אַלעמאָל גרײט פֿאַר פּונקט אַזאַ נױטפאַל), אַנטלױפֿט זי קײן אַמעריקע זיך צו באַהאַלטן צװישן די צענדליקער און הונדערטער טױזנטער אימיגראַנטן. דאָ זוכט זי אַן אַרבעט אין פֿאַבריק. זי איז אָבער כּסדר אומרואיק. עס דראָעט איר לעבן, טאָמער װעט מען איר געפֿינען. בכלל, במשך פֿון די אַלע יאָרן אין אײראָפּע, איז איר לעבן ניט געװען קײן שטילע. האָט זי אָבער געהאַט אױף װעמען זיך צו פֿאַרלאָזן – אױפֿן טאַטן. אַז ער איז אָבער מער ניטאָ, און קײן קאָנטאַקטן מיט זײַנע באַלעבאַטים האָט זי ניט געהאַט (װײַל ער פֿלעג אַלץ טאָן), איז זי פֿאַרבליבן אינגאַנצן אַלײן.

– "איצט, אָבער," דערצײלט זי אירע חבֿרטעס, "מײן איך אַז צום ערשטן מאָל אין מײַן יונג לעבן, קען איך זיך פֿילן זיכער און שלאָפֿן רואיק. איך קען זיך דאָ פֿרײַ אַרומדרײען און ניט דאַרפֿן קוקן איבערן אַקסל, צי מע פֿאָלגט מיר נאָך, אָדער מע װיל מיר עפּעס שלעכטס טאָן... און איצט װעל איך טאַקע ממשיך זײַן מיט די פּונקטן אינעם פֿרעג-בױגן. צי האָט עמעצער פֿראַגעס?"

אַלע זײַנען נאָך צו דערשטױנט פֿון די אַלע אױסטערלישע אַנטפּלעקונגען צו שטעלן פֿראַגעס.

– "גוט. אַ טײל װאָס איך האָב דאָ אָנגעשריבן איז אמת און אַ טײל ניט. װעל איך איגנאָרירן דאָס װאָס איך האָב דאָ אָנגעשריבן, און אײַך דערצײלן דעם אמת. מאָרגן װעל איך איבערשרײַבן און אָנגעבן דעם אמת. טאָ לאָמיר אָנהײבן מיט שװימען: ...איך קען דװקע יאָ. כאָטש איך האָב אָנגעגעבן אַז ניט."

– "ספּאָרט: כּמעט אַלע ספּאָרטן האָב איך אױספּרובירט, און אַװדאי אױך זעלבסט-שוץ."

– "מוזיק: איך קען שפּילן אױף קלאַװיר, פֿלײט, און פֿידל. איך קען אױך קאָמפּאָנירן, און האָב אַלײן-געשאַפֿענע קאָמפּאָזיציעס, װאָס איך װעל זײַן גרײט אױסצושפּילן פֿאַר אײַך בײַ אַ געלעגנהײט..."

– "קונסט: געלערנט סקולפּטירן, מאָלן, און נאָך סאָרטן קונסט און האַנט-אַרבעט."

– "טאַנץ: איך האָב ספּעציעל ליב צו טאַנצן. איך האָב אַמאָל אַפֿילו געטאַנצט מיט אַ קרױן-פּרינץ. ער האָט געלױבט מײַן טאַנצן..., און נאָך זאַכן..."

– "טעאַטער: איך האָב קײנמאָל ניט געשפּילט טעאַטער, אָבער פֿון מײַנע פֿריסטע יאָרן האָב איך אײַנגעלערנט דעם קונסט פֿון קענען זײַן "אַן אַנדער מענטש" – װי איך האָב עס אײַך פֿריִער דערצײלט, – דורכן אױסלערנען אַ ראָלע, און מאַכן אַן אָנשטעל אַז איך בין עמעצער אַנדערש. דאָס האָב איך געמוזט טאָן כּמעט יעדן מינוט פֿון מײַן דערװאַקסענעם לעבן – ביז איצט. און געדענקט, דאָס איז ניט געװען קײן סטאַטישע ראָלע מיט אײַנגעלערנטע שורות פֿון דיאַלאָג, נאָר נאָכאַנאַנד ספּאָנטאַנער רעאַגירן און אימפּראָװיזאַציע, לױט דער סיטואַציע."

– "פּרעסע: איך האָב געלײענט אַ סך, – זײער אַ סך, – כּדי צו זײַן באַהאַװנט מיט װאָס עס טוט זיך אַרום מיר. איך מײן אַז איך האָב אַ גוטן חוש פֿאַר שרײַבן, פֿאַרנאָטירן, אױפֿנעמען און טראַנסמיסירן ידיעות און אינפֿאָרמאַציעס. – אַזױ האָט מען מיר אײַנגעלערנט."

– "פּאָעזיע און פֿראַזע: אױך אַ סך ליטעראַטור געלײענט, כּדי צו קענען רײדן "קולטורעל" מיט מענטשן, און מאַכן אױף זײ אַ גוטן רושם פֿון װי קלוג איך בין. איך האָב אָבער קײנמאָל ניט געהאַט קײן צײַט פֿאַר אַלײן שאַפֿן בעלעטריסטיק. איך דאַרף אַמאָל פּרובירן."

– "קאָכן: דאָס קען איך דװקע גוט, װײַל איך האָב געלערנט בײַ די בעסטע שעפֿן. אָפֿט פֿלעגן מיר דאַרפֿן אױפֿנעמען װיכטיקע מענטשן, פֿלעג איך צוגרײטן די פֿײַנסטע מאכלים."

זי קוקט אַרײַן אין בױגן, און רעדט װײַטער.

– "אַגריקולטור: אַחוץ פֿאַרן קענען אױסרעכענען די פֿאַרשײדענע אַגריקולטור פּראָדוקטן, אין װיפֿל טאָנען, און אין װעלכע צײַטן איז כּדאַי צו אינװעסטירן פֿאַר יעדער מדינה און מדינהלע אין אײראָפּע – האָב איך קײנמאָל ניט געלערנט אַזעלכע זאַכן װי, למשל, װי אַזױ צו פֿאַרפֿלאַנצן און אױפֿהאָדעװען בײמער, אָדער גרינסן. איך װאָלט אָבער װעלן לערנען."

– "חיות: בלױז מיט הינט, פֿערד, און פֿאַלקאָנען-פֿײגל האָב איך געהאַט צו טאָן."

– "שפּראַכן: אַ חוץ פֿאַר ייִדיש און ענגליש, קען איך פֿליסיק: פֿראַנצױזיש, דײַטש, איטאַליעניש, רוסיש, רומעניש, הונגאַריש, שפּאַניש, פּאָרטוגעזיש, פלעמיש, פיניש, און נאָרװעגיש... דאַכט זיך, אַז דאָס אַלץ... – און אױך אַ ביסל כינעזיש (מאַנדאַרין) און יאַפּאַניש."

– "משפּחה: װעגן טאַטן און זײַן משפּחה, אַ חוץ װאָס איך האָב געהערט אַלס קינד, װײס איך כּמעט גאָרניט. בלױז אַז ער איז אַ כּהן געװען... װעגן מײַן מאַמען און איר משפּחה האָט דער טאַטע קײנמאָל ניט דערצײלט. װי איך האָב אײַך פֿריִער געזאָגט, איז די מאַמע אַנטלאָפֿן מיטן טאַטן, קעגן איר משפּחהס װילן, און געהײם חתונה געהאַט. צוליב דעם, און צוליב מײַן מאַמעס פֿרי-צײַטיקער פּטירה און דער סודותדיקער נאַטור פֿון מײַן טאַטנס אַרבעט, האָבן מיר מיט כּמעט קײנען ניט געהאַט קײן נאָענטן קאָנטאַקט, און אַװדאי ניט מיט קײן קרובֿים (אַ חוץ פֿאַר דער אַלטער פֿרױ, װאָס איך בין ביז דעם הײַנטיקן טאָג ניט זיכער צי זי איז יאָ צי ניט געװען עפּעס אַ קרובֿה פֿונעם טאַטן)."

– "קײן ברידער און שװעסטערס האָב איך ניט. קײן מאַן, – און אַפֿילו אַ חבֿר – האָב איך ניט געהאַט. פֿון אײן זײַט, האָב איך געהאַט זײער אַן אינטערעסאַנט לעבן, פֿול מיט אַװענטורעס װי עס חלומט זיך מסתּמא בײַ יונגע, נאַיװע מײדלעך. פֿון דער אַנדער זײַט, צוליב די מעגלעכע סכּנות, איז עס גלײַכצײַטיק געװען זײער אַן עלנט לעבן פֿאַר אַ יונג מײדל װי איך."

– "האָט ליב / פֿײַנט: כ'האָב אַלץ און אַלעמען ליב. מײַן טאַטע האָט מיר געלערנט, אַז מע דאַרף אַלץ אָננעמען פֿאַר גוטן. כאָטש ער איז ניט געװען קײן פֿרומער מענטש – אין זײַן פֿאַך האָט ער זיך ניט געקענט דערלױבן אַ שטיל, פֿרום לעבן, האָט ער יאָ געגלױבט אין אַ העכערער אידעע. ער פֿלעג מיר שטענדיק זאָגן, אַז איך בין אַ ייִדיש טאָכטער, און אַז מיר טוען װאָס מיר טוען פֿאַר דעם ייִדישן פֿאָלק, אַפֿילו עס זעט אױס אַז ס'איז פֿאַר אײן ייִדישער משפּחה. ער האָט מיר געלערנט, אַז פּונקט װי עס זײַנען פֿאַראַן גוטע, האַרציקע גנבֿים און אונטערװעלט מענטשן, זײַנען פֿאַראַן גאָר מיאוסע, אחזריותדיקע "אָנשטענדיקע" קהילה פֿירערס, קאָרופּטירטע פּאָליציסטן, און נאָך... אַז אין תּוך, איז דער מענטש גוט, נאָר פֿאַראַן כּלערלײ ייִצר-הרעס װאָס מע דאַרף זיך פֿון זײ אָפּהיטן... "

– "װעגן זיך: איך מײן אַז איך האָב שױן דערצײלט װער און װאָס איך בין. בעסער געזאָגט: געװען, – װײַל איך װיל איצט עפֿענען אַ נײַ בלאַט אין לעבן."

– "צילן און חלומות: איך האָב קײנמאָל ניט אױף אַן אמת געטראַכט אַזױ װײַט. עס איז געװען גענוג שװער בלױז אַדורכקומען יעדן טאָג, ניט װערן "געפּאַקט" בעת אַ געװיסער שליחות, און דערנאָך אױספּלאַנירן און אַדורכפֿירן די װײַטערדיקע, ... כ'װאָלט אָבער װעלן האָבן אַן אײגענע משפּחה מיט אײגענע קינדער, און לעבן אַ שטיל לעבן, מיט אמת און פּשטות, – ניט דאַרפֿן זיך אױסלעבן אין אַ װעלט פֿול מיט אינטריגעס און ליגנס... "

– "װיל באַזוכן: אַלעמאָל האָב איך געחלומט װעגן באַזוכן דעם װײַטן מזרח, דעם "אָריענט": כינע, יאַפּאַן, סיאַם... – כ'האָב דאָך געהאַט לערערס פֿון די ערטער, און געלערנט װעגן זײערע קולטורן און לעבנס-סודות."

פײגע-הינדע קוקט װידער אַרײַן אין די זײַטן, דרײט זײ אױס פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן, און קוקט װידער אַרױף אױף די חבֿרטעס.

– "איך מײן אַז דאָס אַלץ. איך װאָלט אָבער געװאָלט בײַ דער געלעגנהײט בעטן אײַער אַנטשולדיקונג, װאָס איך האָב אײַך אײגנטלעך אָפּגענאַרט, און קײנמאָל אײַך ניט דערצײלט דעם אמת װעגן זיך. עס איז אָבער געװען אַן ענין פֿון לעבן און טױט, טאָמער געפֿינט מען מיר אױס..."

אַלע זיצן שטום, װי צוגעשמידט צו די שטולן. נאָר מיט אַ מאָל, הײבן זיך אױף די מײדלעך, אײנע נאָך דער אַנדערער, און מיט שטאַרקע אַפּלאַודיסמענטן און אױסרופֿן פֿון לױב, לױפֿן זײ אַלע צו צו פײגע-הינדען און נעמען זי װאַרעם אַרום. זײ צעקושן זיך אַלע. פײגע-הינדע נעמט זיך איבער און צעװײנט זיך פֿון פֿרײד און פֿון דער װאַרעמער רעאַקציע פֿון אירע מיטװאױנערינס, פֿון אירע חבֿרטעס, – פֿון איר נײַער משפּחה.

דער פּאַסטעך קוקט אָן און שװײַגט, אָבער מיט אַ שמײכל.

נאָך עטלעכע מינוט װאָס פײגע-הינדע באַדאַנקט יעדע אײנע באַזונדער פֿאַר איר גוט װאָרט און שטיצע, און זי אַנטשולדיקט זיך װאָס זי מוז זײ פֿאַרלאָזן און אױספֿירן דעם פּאַסטעכס פֿאַרלאַנג, אַז זי דאַרף אַדורכפֿירן איר װאַך. נאָר אײדער זי גײט, קלײַבט זי אױס אַ פֿרעג-בױגן בלאַט. זי ציט אַרױס אײדל יאַקאָבזאָנס [#13] בױגן.

אײדל הײבט אָן:

– "נו, נאָך דעם װאָס מיר האָבן געהערט פֿון פײגע-הינדען, האָב איך מורא, אַז איך װעל אײַך אַלעמען אײַנשלעפערן, װי אינטערעסאַנט מײַן לעבן זאָל ניט האָבן געװען... הלװאַי... נו, זאָל זײַן. אָבער װי נאָר איך הער אַז מע כראָפּעט... הער איך אױף צו דערצײלן..."

עטלעכע מײדן לאַכן. עטלעכע מײדן גנבנען זיך אַרױס, און גײען שלאָפֿן (דער עיקר די מײדן װאָס דאַרפֿן אַדורכפֿירן די צװײטע און די דריטע װאַך), בעטנדיק בײַ די אַנדערע, מע זאָל זײ צומאָרגנס דערצײלן. אײדל הײבט אָן דערצײלן װעגן זיך.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 5.5 ימודים – III – די וועלט פון 1911 ביז 1918

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל