====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 5

5.5  לימודים – III – די וועלט פון 1911 ביז 1918

צוריק צו: 5.4 לימודים – II – וויסנשאַפט און וויסנקראַפט

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "די באַלאַדע פונעם זעלנער אין טויטנבעט"

********

(16:30)

װען אַלע זײַנען צוריק אױף זײערע ערטער, הײבט ער קודם-כּל אָן מיט אַ מין סך-הכּל פֿון די הױפֿט געשיכטלעכע פּאַסירונגען פֿון די יאָרן 1900-1911. ער זעצט װײַטער פֿאָר, און דערצײלט זײ װעגן װי די װעלט זעט אױס אין די יאָרן 1911-1914, און װי עס ברעכט אױס די "גרױסע מלחמה" װאָס געדױערט קנאַפּע 5 יאָר, פֿון 1914-1918 (ער דערצײלט זײ ניט אַז מיט דער צײַט װעט אױסברעכן נאָך אַ גרעסערע װעלט מלחמה – די צװײטע װעלט מלחמה – און אַז שפּעטער װעט מען די "גרױסע מלחמה" אַ נאָמען געבן "די ערשטע װעלט מלחמה").

ער דערצײלט זײ װאָס געשעט צו די ייִדן אין מזרח אײראָפּע, למשל, אַז י.ל. פּרץ, װאָס אַרבעט אין װאַרשעװער שטאָטראַט, נעמט אױף זיך צו העלפֿן װיפֿל ער קען די ייִדן װאָס זײַנען אַרױסגעטריבן געװאָרן פֿון זײערע שטעטלעך און קומען אָן קײן װאַרשע הילפֿלאָז און גײַסטיש צעבראָכן. ער איז אָבער ניפטר אין 1916. שלום-עליכם קורץ נאָך דעם, װי אױך דער גאָר יונגער מײַסטער-פּאָעט לײב נײדוס, אין 1918.

ער דערצײלט װי מער פֿון אַ האַלב מיליאָן ייִדן קומען אום בעת דער מלחמה װי קרבנות פֿון די געשלעגן, פֿון מגפֿות, װי אױך פֿון פֿאַרשײדענע פּאָגראָמען װאָס ברעכן אױס װי אַ רעזולטאַט װאָס די ניט-ייִדן נוצן אױס די געלעגנהײט צו באַפֿאַלן און באַרױבן זײערע ייִדישע שכנים.

ער דערמאָנט אױך װעגן דער אוממענטשלעכער שחיטה פֿון איבער 1.5 מיליאָן אַרמענער בירגער (אומשולדיקע, ניט באַװאָפֿנטע מענער, פֿרױען, און קינדער) דורך די טערקן, צװישן די יאָרן 1915-1917.

װען ער דערצײלט זײ װעגן דער אָקטאָבער רעװאָלוציע אין רוסלאַנד, דערפֿרײען זיך אַ טײל פֿון די מײדלעך מיט דער גוטער בשׂורה פֿון לאַנג-דערװאַרטער פֿרײַהײט פֿון צאַרישן יאָך.

 דער פּאַסטעך באַװאָרנט זײ אָבער, אַז אַלץ איז ניט "געזונט" אין דער רעװאָלוציע (פּונקט װי פּרץ האָט פֿאָרױסגעזאָגט אין זײַן נבֿיאישן עסײ "האָפֿענונג און שרעק"). ער דערצײלט זײ, אַז כאָטש אַ סך ייִדן האָבן אָנטײלגענומען און געהאָלפֿן אַדורכפֿירן די רעװאָלוציע, און כאָטש אַ סך האָבן באַקומען בכּבֿודיקע פּאָסטנס און פֿאָרשטײערשאַפֿט אין דער נײַער רעגירונג, און כאָטש אָפֿיציעל איז פֿאַרװערט געװאָרן ייִדן-האַסהאָבן ייִדן געליטן אױף אַנדערע אופֿנים.

אָט למשל, צװישן די ערשטע זאַכן איז פֿאַרװערט געװאָרן רעליגיעזן אױסלעבן זיך. אױך לערנען עבֿריתּ. אַחוץ פֿאַרן פֿאַרבאָטן ייִדן זיך צו פֿירן טראַדיציאָנעל ייִדישלעך און פֿרום, איז אפֿשר די ערגסטע זאַך געװען װאָס מע האָט זײ אינגאַנצן איזאָלירט פֿון דעם װעלט-ייִדנטום, און זײ פֿאַרבאָטן צו האָבן אַ װעלכע ניט איז קאָנטאַקט מיט ייִדן מחוץ די גרענעצן פֿון דעם סאָװיעטן פֿאַרבאַנד. אָבער מער װעגן דעם סאָװיעטישן "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" װעט ער זײ איבערגעבן אין די װײַטערדיקע לעקציעס.

 דער פּאַסטעך גיט זײ איבער נאָך אַ גוטע בשׂורה, – אַ בעסערן, – אַז ארץ-ישׂראל (פּאַלעסטינע) װערט באַפֿרײַט פֿון טערקישן קאָנטראָל דורך ענגלאַנד, װאָס נעמט עס איבער װי זײער מאַנדאַט. אין דער צװישן, װערט אַרױסגעגעבן אין יאָר 1917 די ענגלישע "באַלפור דעקלאַראַציע" װאָס זאָגט צו צו שטיצן דעם שאַפֿן אַ ייִדישן הײמלאַנד אין ארץ-ישׂראלאַ טײל פֿון די מײדלעך פֿרײען זיך מיט דער גוטער בשׂורה. אָבער װידער, באַװאָרנט זײ דער פּאַסטעך, אַז מע דאַרף זיך אײַנהאַלטן מיט דער פֿרײד, װײַל די זאַך איז ניט אַזױ קלאָר, און די ענגלענדער טוען אומאָפיציעל און אַפֿילו אָפֿיציעל אונטערלעקן די אַראַבער, און לאָזן ניט דעם ייִדישן ישוב זיך אַנטװיקלען װי מע האָט געהאַט צוגעזאָגט און פּלאַנירט (לױט דער דערמאָנטער "באַלפור דעקלאַראַציע")...

– "און דאָס אַלץ אױף הײַנט. איר דאַרפֿט פֿאַרשטײן, אַז מיר גײען אַלץ אַדורך זײער גיך און גאָר בקיצור. אַלץ װערט איצט געלערנט אױפֿן שפּיץ מעסער. פֿאַראַן אַזױפיל צו פֿאַרשטײן פֿון דער װעלט פּאָליטיק אין דער צײַט. װי דער נײַער רוסישער קאָמוניסטישער רעזשים װעט משפּיע זײַן אױף דער װעלט, און װעגן דעם גורל פֿון די ייִדן דאָרט װאָס װערן כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשײדט פֿון דעם רעשטלעך פֿון ייִדישן פֿאָלק, במשך פֿון צענדליקער יאַרן. װי אַמעריקע און יאַפּאַן אַנטװיקלען זיך און װערן װיכטיקע װעלט כּוחות. װי דאָס װאָס דײַטשלאַנד פֿאַרשפּילט די גרױסע מלחמה פֿון 1914-1918 װעט װירקן אױף דער װעלט אין די װײַטערדיקע יאַרן. װי אַזױ דער ייִדישער ייִשובֿ אַנטװיקלט זיך אין ארץ-ישׂראל אונטערן ענגלישן מאַנדאַט, און װי ייִדן לעבן זיך אױס אין דער װעלט בכלל, און אין מזרח אײראָפּע בפֿרט, צװישן ייִדן-האַסנדיקע פֿעלקער.... אָבער מערער װעגן דעם װעט איר מאָרגן הערן, און מיר װעלן אױך באַהאַנדלען אַלץ אין מערער פּרטים, אין די קומענדיקע װאָכן. טאָ לאָמיר דערװײַלע ענדיקן מיט דעם."

– "עס בלײַבט ניט קײן סך צײַט, אָבער אױב עס זײַנען פֿאַראַנען עפּעס פֿראַגעס, בין איך גרײט צו ענטפֿערן."

עטלעכע פֿון די מײדלעך פֿרעגן פֿראַגעס, װאָס ער ענטפֿערט זײ אױף קורץ. דער פּאַסטעך פֿילט, אָבער, אַז די מײדלעך װילן פֿון אײן זײַט פֿרעגן מער, און פֿון דער אַנדער זײַט האַלטן זײ זיך אײַן. מסתּמא װײַל עס איז זײ נאָך שװער אַלץ צו פֿאַרדײַען.

– "איר מעגט איצט גײן. מיר טרעפֿן זיך װידער אַזײגער 7 אין אָװנט אױף אָװנטברױט."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 5.4 לימודים – II – וויסנשאַפט און וויסנקראַפט

פאָרויס צו: 5.6 ווער איז העניע (פייגע-הינדע) גאָלדבערג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל