====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 4

4.5  פּאַנגייע [PANGAEA]

צוריק צו: 4.4 לימודים – I – די וועלט ביז 1911

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "ערגעץ ווײַט"

********

(19:00)

באַלד פֿאַר זיבן אין אָװנט קומען זיך צונױף די מײדלעך אױף אָװנט-ברױט מיט דער קולטור-פֿאַרװײַלערישער פּראָגראַם. נאָר אײן מײדל שטײט עטװאָס אָפּגערוקט אָן אַ זײַט, אונטער די בײמער, אַ ביסל װײַט פֿון די פּראָזשעקטאָר-ליכט.

– "װאָס טוטסטו אַלײן אין דער פֿינצטער, בלומקע? אױף װאָס קוקסטו?" קומט רײזל טשאַרנעס [#22] צו נעענטער צו בלומקע זיסמאַן [#23] װאָס קוקט אַריבער דער אָזשיערע. "ס'אַ פּרעכטיקער אָװנט, נײן?"

– "טאַקע שײן... און די אָזשיערע און אַלץ אַרום איז אַזױ שטיל און רואיק. קוק אָן, װי שטאַרק ליכטיק עס שײַנען דאָ די שטערן אין הימל. אַנדערש װי אין ניו-יאָרק..." זי דרײט זיך אױס צו רײזלען און פֿרעגט איר: "װאו זײַנען מיר, רײזל? עפּעס איז דאָ מאָדנע. מײַן גאַנץ לעבן, אײדער איך בין געקומען אין ניו-יאָרק האָב איך געלעבט אין אַ דאָרף. ס'איז ניט געװען קײן סך װאָס צו טאָן דאָרט. אין די אָװנטן פֿלעג איך צײלן די שטערן – קענסט דאָס גלײבן? אַזױ נודנע איז געװען... מע זאָגט, אַז עס זײַנען דאָ אַזױ פֿיל מלאָכים װי שטערן. האָסט' דאָס אַמאָל געהערט?"

– "נײן, אױף אַן אמת ניט געהערט. אָבער װאָס מײנסטו מיט דעם װאָס דו האָסט געזאָגט "עפּעס איז דאָ מאָדנע..." װאָס ביסטו אױסן?"

– "עפּעס דערקען איך ניט די שטערן. עס פֿלעגן זײַן גרופּעס פֿון שטערן װאָס האָבן געשאַפֿן פֿורעמס..."

– "קאָנסטעלאַציעס רופֿט מען זײ," דערקלערט איר רײזל.

– "קאָנספּיראַציעס?..."

– "נײן, קאָנ-סטע-לאַ-ציעס," חזרט רײזל פּאַמעלעך איבער.

– "נו, זאָל זײן קאַנצילאַציעס..., הקיצור, איך בין ממש געװען אינטים מיט זײ. אַלץ זעט מיר אָבער איצט אױס זײער ניט רעגולער. – אַנדערש... און יאָ. טאַקע מאָדנע."

– "דו האָסט עס אױך געפֿילט? איך פֿלעג אַ מאָל אַ ביסל אַרײַנקוקן אין אַסטראָנאָמיע ביכער. ביכער װעגן די שטערן און פּלאַנעטן. װען איך קוק איצט אַרױפֿצו, צו די פּלאַנעטן װאָס מע קען געװײנטלעך דערקענען מיטן העלן אױג, דערקען איך זײ ניט. זײ זעען מיר ניט אױס צו זײַן אױפֿן ריכטיקן אָרט, אָדער בכלל ניטאָ. אַ טײל פֿון די באַקאַנטערע שטערן קען איך אױך ניט געפֿינען. פֿון אָנהײב, האָב איך געמײנט אַז אפֿשר זײַנען מיר אין דרום טײל פֿון דער װעלט, למשל לעבן אױסטראַליע אָדער דרום אַפֿריקע, װײַל פֿון דאָרט זעט דער הימל אױס אַנדערש. און דאָך, שטימט דאָס אױך ניט."

– "אפֿשר זאָלן מיר גײן פֿרעגן דעם פּאַסטעך?"

– "ביסט גערעכט. עס איז געקומען די צײַט ער זאָל אונדז זאָגן דעם אמת – װאו מיר געפֿינען זיך... און פֿאַרװאָס אַלץ איז דאָ אַנדערש װי מע װאָלט באַדאַרפֿט זיך פֿאָרשטעלן..."

די מײדלעך קומען אָן, פּונקט װי דער פּאַסטעך רופֿט אַרױס די נעמען פֿון די מײדלעך װאָס װעלן זײַן פֿאַראַנטװאָרטלעך בעת דער נאַכט װאַך.

– "די 2 מײדלעך פֿאַר יעדער װאַך זײַנען:

װאַך#1 (00:00-21:00): לאה יודלמאַן [#19] און נחמה ראָזענצװײַג [#20]

װאַך#2 (03:00-00:00): חנה שעכטערמאַן [#25] און זיסע װײַנבערג [#26]

װאַך#3 (06:00-03:00): שׂרה ברײטמאַן [#4] און װעראָניקא דעל-מאָנטע [#5].

העניע, זײַ אַזױ גוט, און קלער אױף פֿאַר װעראָניקאַ דאָס װאָס זי דאַרף טאָן. אַ דאַנק."

בלומקע זיסמאַן [#23] קומט אָן, באַגריסט אירע נאָענטע חבֿרטעס, און זעצט זיך אַװעק מיט זײ בײַם טיש. דער פּאַסטעך דערגאַנצט זײַנע רײד מיטן פֿאָרשטעלן דעם טאָג-פּלאַן אױף מאָרגן (װאָס דאָס איז מער אָדער װײניקער דער זעלבער װי װאָס הײַנט איז געװען, בלױז די רשימה פֿון לימודים איז אַנדערש), און אַלע נעמען זיך צום עסן.

בלומקע איז אָבער ניט רואיק, און װי נאָר זי פֿילט אַ מין שטילקײט אין דער לופֿטן, אַז די מערסטע חבֿרטעס זײַנען פֿאַרטאָן מער אין די מאכלים װי אין רײדן, שטײט זי אױף און װענדעט זיך צום פּאַסטעך, און צו אַלעמען אַרום, אױפֿן קול:

– "איך בעט אַלעמענס געדולד... איך בעט אַלעמען זײ זאָלן זיך אײַנשטילן און מיך אױסהערן. איך האָב װאָס צו זאָגן... איך הײס בלומקע זיסמאַן, נומער 23. די מערסטע פֿון אײַך קענען מיר. און די װאָס קענען מיר גוט און פֿון דער נאָענט, הײסט עס, – אינטים, – װײסן אַז איך בין ניט קײן גרױסע רעדנערין. אַז איך בין געװײנטלעך אַ שטילע. אַן אײַנגעהאַלטענע. איך בין אַ פּראָסט מײדל, פֿון אַ פּשוטער ייִדישער הײם, – די טאָכטער פֿון פּשוטע, אָבער גוטע ייִדן... איך בין ניט קײן גרױסע קענערין, און האָב װײניק געלערנט. דאָרט פֿון װאַנען איך קום, לערנען ניט מײדלעך, אַפֿילו די קליגסטע פֿון זײ – סײַדן מ'איז רײַך... מיר זײַנען טוערס, ניט רעדנער... אָבער ניט אין דעם בין איך אױסן... נאָר דאָס װײַטערדיקס: מיר זײַנען דאָ שױן צװײ טעג, און זײַנען שױן געװען עדות צו װאונדער. און דאָס װאָס דער פּאַסטעך האָט אונדז אַלעמען אַרױסגעראַטעװעט איז ממש אַ נס, און מיר באַדאַנקען אים זײער דערפֿאַר..." אַ פּאַוזע, און אַ טײל פֿון די מײדלעך פּאַטשן בראַװאָ.

בלומקע פֿאַררױטלט זיך, אָבער רעדט װײַטער.

– "און כאָטש מיר הײבן אָן אַ ביסל זיך צוגעװאױנען צו דעם אָרט – עס איז דאָך באַקװעמער און שענער פֿון ניו-יאָרק, – מײן איך, אַז מיר האָבן אַ רעכט צו װיסן װאו מיר זײַנען. װי װײַט מיר זײַנען פֿון אונדזערע הײמען און פֿון אונדזערע נאָענטע. פֿון דעסטװעגן, האָבן מיר אַ רעכט צו װיסן ..."

איצט נעמען אַלע מײדלעך שטאַרק פּאַטשן בראַװאָ, און רופֿן אַרױס און שטיצן אונטער מיט זײער רײד.

װען די מײדלעך שטילן זיך אַ ביסל אײַן, רעדט דער פּאַסטעך פֿאַר זײ אַזױ:

– "מײַנע טײַערע, ס'איז ניט אַ פֿראַגע פֿון סודות, אַז איך װיל, חלילה, עפּעס באַהאַלטן פֿון אײַך. איך האָב אײַך צוגעזאָגט, אַז איך װעל אײַך אַלץ אַנטפּלעקן... אַז איר װעט אַלץ געװאױער װערן... אָבער איך מוז עס טאָן בהדרגהדיק. איר מוזט מיר פֿאַרטרױען. איך האָב געװאָלט האַלטן די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע אױף אַ שפּעטערדיקער געלעגנהײט, האָט אָבער בלומקע געבעטן, – װעל איך פֿאַר איר און פֿאַר אײַך אױסזאָגן דעם סוד פֿון דעם אָרט װאו איר געפֿינט זיך."

– "הערט זיך איצט גוט אײַן. מיר געפֿינען זיך װײַט פֿון ניו-יאָרק, פֿון אײַער ניו-יאָרק, ניט נאָר אין אָרט, נאָר אױך אין צײַט. מיר געפֿינען זיך אַרום 260 מיליאָן יאָר פֿאַר דער נאָרמאַלער צײַט רעכענונג. אױב איר װילט, זײַנען מיר טאַקע "אין מיטן בראשית"..."

די מײדלעך בלײַבן אַלע פֿאַרשטומט... און מיט אַ מאָל רײַסט אױף אַ שטורעם מיט פֿראַגעס, פּראָטעסטן,... אַלע רעדן מיט אַמאָל.

פּלוצלונג שטײט אױף העניע גאָלדבערג [#10] און כּמעט שפּרינגענדיק, שרײַט זי אַרױס:

– "איך װײס, איך װײס, װאו מיר זײַנען – מיר געפֿינען זיך אין אַ לאַנד װאָס הײסט פּאַנגײע [PANGAEA], אין דער אײן-װעלט ... אָבער, ... דאָס קען ניט זײַן! !??..." זאָגט זי מיט פאַרװאונדערונג און אין שטױנונג, און זי זעצט זיך װידער אַװעק פאַרפּלעפט און פֿאַרטראַכט.

דער פּאַסטעך איז אינטריגירט:

– "װאָס װײסטו װעגן פּאַנגײע, און װי װײסטו עפּעס בכלל װעגן דעם? דער נאָמען "פּאַנגײע" איז ערשט דערשינען אין יאָר 1915, אין דעם בוך פֿון דעם דײַטשן געאָ-פֿיזיקער אַלפרעד װעגענער..."

– "איך װײס ניט װעגן קײן בוך פֿון 1915, נאָר איך האָב געזען אַ טײל פֿון דעם מאַנוסקריפּט פֿון װעגענערס בוך װאָס דאַרף דערשײַנען סוף פֿון דעם יאָר (1911), אָדער לכּל-הפּחות אָנהײב 1912. אָבער נאָך מערער פֿון דעם, איז װעגענערס כּלה מײַנע אַ פּען-חבֿרטע, און מיר שרײַבן זיך אָפֿט אַדורך. זי האָט מיר דערצײלט װעגן װאָס ער האָט זי אַנטפּלעקט פֿון זײַן טעאָריע... פּאַנגײע איז װען די אַלע לאַנד-מאַסן, די יבשהס װאָס מיר רופֿן אָן "קאָנטינענטן" האָבן צוזאַמען געפֿורעמט אײן אײנציקן לאַנד-מאַס. דאָס, האָט ער גערעכנט, איז געװען מיט הונדערטער מיליאָנען יאָרן צוריק, און מיט מיליאָנען יאָרן שפּעטער, האָבן זײ זיך אָפּגעשפּלינטערט און אָנגעהױבן פּאַמעלעכערהײט זיך דערװײַטערן אײנע פֿון דער אַנדערער. אױך דער אַמעריקאַנער פ.ב. טײלאָר האָט פֿאַראַיאָרן (אין יאָר 1910) געשריבן עפּעס ענלעכס צו דעם... אָבער עס איז נאָר געװען ספּעקולאַציע – אַ טעאָריע..."

– "און דער דאָזיקער טעאָריע האָט איר דאָ אױף אַן אמת..." רײַסט איר איבער דער פּאַסטעך. "מיר געפֿינען זיך אין די ערשטע מיליאָנען יאָרן פֿון בריאת העולם. דערפֿאַר זײַנען דאָ ניטאָ אױף דער װעלט קײן מענטשן, קײן חיות, קײן פֿיש אַפֿילו."

– "דערפֿאַר זײַנען די שטערן און פּלאַנעטן ניט אין זײערע באַקאַנטע קאָנסטעלאַציעס..." גיט צו מיט שטױנונג רײזל טשאַרנעס [#22].

– "אָבער נײן. דאָס קען ניט זײַן!" רופֿט אַרױס מירל פּערלמאַן [#16]. "בריאת העולם האָט דאָך געדױערט ניט מער װי 6 טעג. אַזױ שטײט דאָך. ס'איז איצט דער יאָר ה'ררע"א... דאָס קומט אױס אין גמטריה בלױז עטלעכע טױזנט יאָר."

– "לױט מײַן רעכענונג" רופֿט אַרױס רײזל טשאַרנעס [#22], "מאַכט די גמטריה 5671."

– "נו, זעסטו?" רופֿט זיך אָפּ מירל צום פּאַסטעך און דרײט זיך אױך אױס צו די אַנדערע. "עס קען ניט זײַן. דאָס איז דאָך װײניקער פֿון 6000 טױזנט יאָר. װי קען מען רײדן װעגן מיליאָנען יאָרן (מישטײנס געזאָגט הונדערטער מיליאָנען) ... צי איז דאָס דען ניט קײן סתּירה קעגן אַלץ װאָס אַ פֿרומער ייִד װײסט?..."

דער פּאַסטעך שמײכלט צו זײ און זאָגט:

– "לאו-דװקא. נײן. און לאָמיר אײַך אַלעמען פּרובירן אױפֿקלערן, מיטן דערצײלן אַ װיץ. שטעלט אײַך פֿאָר אַזאַ סיטואַציע: אַ מענטש שטײט ערגעץ אין מיטן פֿון אַ גרױסן פֿעלד, און האַלט אַ שמועס מיטן בורא עולם. "גאָט," זאָגט ער, "װי לאַנג איז בײַ אײַך אַ מיליאָן יאָר?"... און גאָט ענטפֿערט אים: "אַ מיליאָן יאָר? דאָס איז פֿאַר מיר װי אַ סעקונדע...". דער מאַן באַטראַכט זיך אַ פּאָר מינוט, און רעדט װידער: "גאָט," זאָגט ער, "װיפֿל איז בײַ אײַך װערט אַ מיליאָן דאָלאַר?"... און גאָט ענטפֿערט אים: "אַ מיליאָן דאָלאַר? דאָס איז פֿאַר מיר װי אַ סענט...". דער מאַן בלײַבט אױף אַ קורצע װײַלע שטום, און דאַן רעדט װידער: "גאָט," זאָגט ער, "קענסט מיר געבן אַ סענט?" ... ענטפֿערט אים גאָט: "אין אַ סעקונדע..."...

דער פּאַסטעך שטײט און װאַרט אױף אַ רעאַקציע... די מײדלעך זיצן שטיל, נאָר פּלוצלונג לאָזט גיטל גערשנזאָן [#3] אַרױס אַזאַ שטאַרקע און אָפּהילכיקע געלעכטער, אַז אײניקע װאָס האָבן ניט גענױ געכאַפּט דער מײן פֿונעם װיץ הײבן אָן אױך לאַכן, צוליב דעם גרױסן געלעכטער װאָס ציט זײ אַרײַן. אײניקע אַנדערע הײבן אױך אָן נאָכלאַכן און איבערזאָגן: "אַ סענט... אין אַ סעקונדע... דאָס איז גוט..." ביז אַלע װערן אַרײַנגעצױגן אין הילכיקן געלעכטער װאָס ציט זיך כּמעט אַ מינוט און לאָזט די מײדלעך באַלד אָן אָטעם.

װען די מײדלעך הײבן זיך אַָן צו באַרואיקן, זעצט פֿאָר דער פּאַסטעך.

– "נו, װאָס זאָגט איר צו דעם? ... און כאָטש דאָס איז גלאַט אַ װיץ, פֿאַראַן עפּעס אין דעם. דער רבונו של עולם קען אַלץ טאָן. ער קען אַפֿילו פֿאַרװאַנדלען הונדערטער מיליאָנען יאָרן פֿון װעלט אַנטװיקלונג אין בלױז 6 טעג. דער סדר פֿון דער װעלט-באַשאַף, און אַלע בעלי-חײם װאָס װערט אָנגעגעבן אין דער תּורה איז אַ ריכטיקער. און עס שטימט גענױ מיט דעם סדר (װאָס שײך װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן פֿריִער, און װאָס שפּעטער) װאָס די גרעסטע נאַטור-װיסנשאַפֿטלער האָבן אױסגערעכנט און װיסנשאַפֿטלעך באַשטעטיקט. דאָס איז ניט קײן צופֿאַל. װיסנשאַפֿטלער װײסן ניט אַלץ..."

– "אָבער װי קען דאָס זײַן? אונדזערע גרעסטע רבנים און קענער האָבן דאָך אײַנשטימיק געזאָגט, אַז די װעלט איז בפֿירוש געשאַפֿן געװאָרן אין משך פֿון 6 טעג. אַזױ האָט מען אונדז געלערנט, און דערצו, װען מיר רעכענען װיפֿל יאָרן זײַנען אַדורך זינט דעם װעלט-באַשאַף, זאָגט מען אונדז אַז די װעלט איז באַשאַפֿן געװאָרן מיט אַן ערך 6000 יאָר צוריק." רופֿט זיך אָפּ מירל פּערלמאַן [#16]. "צי האָט מען אונדז דעריבער, במשך פֿון דור-דורות גלאַט אַזױ אָפּגענאַרט? און אפֿשר זײַנען פֿאַראַן אַנדערע ניט-אמתן? אפֿשר איז די תּורה ניט אמת ?..."

– "מירל, דער גרױסער ענגלישער דראַמאַטורג, שרײַבער און פּאָעט װיליאַם שעקספּיר האָט זיך געהאַט אױסגעדריקט דורך אײנע פֿון די הױפֿט העלדן אין זײַן דראַמע "האַמלעט" (דאַכט זיך אַז דער פּרינץ האַמלעט אַלײן זאָגט עס), אַז עס זײַנען דאָ מערער זאַכן אין הימל און אױף דר'ערד, װי װען עס איז פֿאַרטראַכט געװאָרן פֿון דעם מענטשן-געדאַנק (ער האָט עס אָנגערופֿן "פֿילאָסאָפֿיע"). הקיצור, ניט אַלץ װײסן מיר, ניט אַלץ דאַרפֿן מיר װיסן. און אַ טײל פֿון די זאַכן װערן ערשט הײַנט אַנטפּלעקט פֿון װיסנשאַפֿטלערס און מומחים, – בהדרגהדיק. זאַכן, װאָס זײַנען געװען באַקאַנט אונדזערע חז"ל מיט הונדערטער און טױזנטער יאַָרן פֿריִער."

– ”אין חומש שטײט טאַקע אָנגעגעבן אַז די װעלט-באַשאַף האָט געדױערט 6 טעג. אַגבֿ, לױטן סדר פֿון די מעשׂים, קומט אױס, אַז מיר געפֿינען זיך טאַקע אין אָנפֿאַנג פֿון 4טן טאָג, מיטװאָך, נאָך אײדער עס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן לעבעדיקע יצורים. דערפֿאַר זאָג איך: "בראשית, אין מיטן". מיר װײסן ניט װיפֿל יאָרן אדם און חוה האָבן געלעבט אין גן-עדן. אפֿשר איז געװען אַן אַנדער רעכענונג פֿון צײלן צײַט?"

– "און אפֿשר װאָלט אַ מעגלעכע (לאָגישע) ענטפֿער געװען, אַז אױפֿקלערן אומגעלערנטע מענטשן, אַז די װעלט עקזיסטירט בלױז עטלעכע טױזנט יאָר, איז לײַכטער פֿאַר זײ צו באַנעמען, אײדער דערצײלן זײ אַז עס איז אַלץ פֿאָרגעקומען מיט מיליאָנען און אַפֿילו הונדערטער-מיליאָנען יאָרן צוריק... – אָבער דאָס איז בלױז מײַן מײנונג. אַ ייִד נעמט אָן, אַז אַלץ איז טאַקע פֿאָרגעקומען מיט װײניקער פֿון 6000 יאָרן צוריק, און די װעלט און אַלץ װאָס אױף אים, איז באַשאַפֿן געװאָרן אין בלױז 6 טעג... – דאָס איז װאָס איז קריטיש פֿאַרן ייִדישן פֿאַלק... און װײַטער, צו װאָס דאַרפֿן מיר ברעכן די קעפּ? זאָלן קליגערע פֿאַר אונדז זיך פֿאַרנעמען מיט די מיסטעריעס פֿון דער װעלט-באַשאַף. װאָס אָבער יאָ, – פֿאַר די װאָס פֿאַראינטערעסירן זיך, – קען איך אײַך אָנװײַזן אין געװיסע שריפֿטן פֿון אונדזערע חז"ל, װאו עס װערן טאַקע אָנגעגעבן רמזים אַז אין אָנהײב, איז די װעלט טאַקע געװען אײן גאַנצע יבשה, װי אױך רמזים צו אַנדערע זאַכן װאָס פֿאָרשער און װיסנשאַפֿטלער אַנטפּלעקן ערשט הײַנט, – זאַכן װאָס דאָס ייִדיש פֿאָלק קען שױן טױזנטער יאָרן ..."

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 4.4 לימודים – I – די וועלט ביז 1911

פאָרויס צו: 4.6 קולטור

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל