====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 4

4.4  לימודים – I – די וועלט ביז 1911

צוריק צו: 4.3 שטאָט-פּלאַן

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

(14:30)

אַ זײגער צװײ דרײַסיק נאָך מיטאָג צינדן זיך אָן די הילכערס װאָס אַרום דעם געצעלטן-דערפֿל. דער פּאַסטעך רופֿט די מײדלעך זײ זאָלן זיך פֿאַרזאַמלען אין פֿאָרנט פֿון זײַן געצעלט. ער פֿירט זײ צו צו די עס-טישן, און טײלט זײ אַלעמען אױס העפֿטן, בלײַערס און מעקערס, לינײקעס, קלײַ, און שערלעך. ער גיט יעדע אײנע אַ נומערירט טאָרבע פֿאַר די שול-מאַטעריאַלן, און זאָגט צו זײ אַזױ:

– "טײַערע תּלמידות מײַנע... – יאָ, הײַנט זײַט איר טאַקע צוריק געװאָרן שילערינס אין קלאַס. פֿאַר די װאָס האָבן אַמאָל געלערנט אין אַ פֿאָרמעלער לערן-אַנשטאַלט, װעט איר אַ ביסל געדענקען װי ס'איז געװען, און דאָך, װעלן מיר זיך פֿירן אַנדערש װי דעמאָלט, װען איר זײַט ייִנגער געװען. און פֿאַר די װאָס האָבן קײנמאָל ניט געלערנט אין אַ שול, האָף איך, אַז דאָס װעט זײַן אַ פֿרײדיקע און באַלערנעװדיקע איבערלעבעניש."

– "לאָמיר אָנהײבן מיט עטלעכע כּללים. װעגן אױפֿפֿירן זיך אין קלאַס איז אַזױ:
קודם כּל, קומען אין צײַט צו דער לעקציע. צװײטנס, קומען מיט אַלע ביכער, העפֿטן, קלאַס-מאַטעריאַלן, און שרײַב-מכשירים. דריטנס, קומען גרײט מיט הײם-אַרבעט, און האָבנדיק זיך צוגעגרײט פֿאַר דער לעקציע, למשל, אױב איך האָב אײַך געבעטן לײענען עפּעס אין פֿאָרױס. פֿאַרגעסט ניט אױך, זיך גוט אָפּרוען פֿאַר די לעקציעס, – אױף װיפֿל עס לאָזט זיך, – װײַל אױב איר קומט פֿאַרמאַטערט, נערװעז, צי פֿאַרשלאָפֿן, װעט אײַך זײַן שװער אױפֿצונעמען די מאַטעריאַל, און איר װעט ניט קענען ריכטיק פּראָגרעסירן אין אײַער װיסן. דאָס קען אױך שטערן די אַנדערע װאָס װילן גײן פֿאָרױס, נאָר צוליב אײַך, װעל איך דערפֿאַר מוזן איבערחזרן זאַכן װאָס אַלע האָבן עס שױן געהערט און אײַנגעלערנט."

– "װײַטער: אין קלאַס טאָרט איר אײנע דער אַנדערער ניט שטערן, און אַװדאי ניט דעם לערער. איך װיל ניט אַז איר זאָלט צװישן זיך רײדן. װער עס האָט עפּעס צו זאָגן אָדער פֿרעגן, זאָל אױפֿהײבן די האַנט. רײדן טאָרט איר אין קלאַס ניט (אַ חוץ מיט דערלױבעניש), אָבער טרינקען װאַסער מעגט איר יע."

– "װאָס שײך די לימודים אַלײן: מיר װעלן לערנען פֿאַרשײדענע זאַכן. אַ טײל קענט איר אפֿשר, און אַ טײל װעט מסתּמא זײַן נײַ פֿאַר אײַך. איך בעט אַלעמענס געדולד, מיר זאָלן קענען צופֿירן יענע װאָס זײַנען װײניקער געבילדעט, כּדי אַלע זאָלן מער אָדער װײניקער זײַן אױף דער זעלבער ניװאָ. איך װעל בעטן די װאָס קענען בעסער, זאָלן העלפֿן די װאָס קענען שװאַכער. העניע [גאָלדבערג #10]! איך װעל דיר װידער בעטן זיך צו פֿאַרנעמען מיט די דעל-מאָנטעס, און איבערטײַטשן פֿאַר זײ װען נײטיק.... צי האָט עמעצער פֿראַגעס?"

אַלע הײבן אָן רײדן מיט אַ מאָל... דער פּאַסטעך שטילט זײ אײַן, ענטפֿערט זײערע פֿראַגעס, און גײט װײַטער.

– "אַ טײל פֿון אונדזערע קורסן װעלן זײַן ממש װי פֿאַר אָנהײבערס, און מירן אָנהײבן מיט די יסודות פֿון דעם לימוד (למשל, אין שפּראַך און גראַמאַטיק. לערנען עבֿריתּ, צי דאַװנען, אָדער דינים און הלכה). אַנדערע לימודים װעלן מיר לערנען פֿון אױבן אַראָפּ, אױף אַ מער אַלגעמײנעם אופֿן. די װאָך, װעלן מיר טײל לימודים לערנען גאַנץ אױבערפלעכטלעך און אַפֿילו גיך, כּדי אײַך צוצופֿירן צו אַ מער אָדער װײניקער פֿולן װיסן פֿון װאָס עס טוט זיך. שפּעטער, אין די קומענדיקע װאָכן, װעלן מיר צוריקגײן און װידער איבערלערנען די זאַכן, אָבער מער פּרטימדיק."

– "אײנע פֿון אַזעלכע קורסן װעט זײַן װעלט געשיכטע. איך װאָלט געװאָלט אַז איר זאָלט אין אַ קורצער צײַט זײַן באַהאַװנט מיט װאָס עס קומט פֿאָר נאָך דעם יאָר 1911. איר דאַרפֿט פֿאַרשטײן, אַז איך קום פֿון אַן אַנדער צײַט. װאָס שײך אײַער צײַט רעכענונג, בין איך געבױרן געװאָרן אַ סך יאָרן נאָך אײַך, און דאָך זײַט איר אַלע ייִנגער פֿאַר מיר... דאָס איז אַ מין פּאַראַדאָקס, װאָס איך װעל אין דעם איצט ניט אַרײַנגײן."

– "מיר װעלן אײַנטײלן די לעקציע פֿון װעלט-געשיכטע אַזױ: הײַנט, מאָנטיק װעלן מיר לערנען אױף גיך דאָס װאָס איז פֿאָרגעקומען ביז, און אַרײַנגערעכנט דעם יאָר 1911. מאָרגן, דינסטיק, װעלן מיר לערנען די תּקופֿה 1911 ביז 1918, מיטװאָך פֿון 1918 ביז 1932. דאָנערשטיק װעלן מיר לערנען פֿון 1933 ביז 1946, און פֿרײַטיק פֿון 1946 און װײַטער, ביז מײַן צײַט..."

– "און װאָס איז דײַן צײַט? פֿון װען קומסטו?" פֿרעגט אײנע. "אָ, כ'האָב פֿאַרגעסן. איך הײס חנה אַלטמאַן, נומער 14."

– "אַלץ מוזסטו גלײַך װיסן, חנה? האָב נאָך אַ ביסל געדולד. דאָס װעט איר אַלע געװאױער װערן פֿרײַטיק," זאָגט דער פּאַסטעך מיט אַ שמײכל.

– "אױף יעדנפאַל, מיטן לערנען געשיכטע װעט עס אײַך אױך געבן אַן אַנונג װי די װעלט זעט אױס נאָך דעם יאָר 1911. עס איז כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז פֿון אײן זײַט װעל איך פֿאַר אײַך אַנטפּלעקן די צוקונפֿט, דאָס װאָס װעט פֿאַרקומען נאָך אײַער צײַט (דאָס הײסט, נאָך דעם יאָר 1911). פֿון דער אַנדער זײַט, איז דאָס אַלץ געשיכטע פֿאַר מיר, און איר װעט דאַרפֿן אַדאַפּטירן אײַערע מוחות צו קלערן פּונקט װי דאָס איז אַלץ שױן געװען, שױן געשען, אַפֿילו װען איר װײסט אַז עס דאַרף – לױט אײַער צײַט-רעכענונג, – נאָך פֿאָרקומען... קאָמפּליצירט? טראַכט בעסער ניט װעגן דעם. עס װעט זיך אַלײן אױסאַרבעטן..."

– "װאָס אָבער יע, װעלן די אינפֿאָרמאַציעס זײַן זײער קריטישע פֿאַר אײַך. דאָס װעט אײַך העלפֿן באַשטימען צי איר װילט אָנגײן װײַטער מיט אונדז דאָ אין אונדזער גורלדיקן "פּראָיעקט", – אָדער צי איר װילט בעסער פֿאַרלאָזן, און אַז איך זאָל אײַך אַריבערפֿירן אַנדערשװאו און אַנדערשװען."

– "טאָ לאָמיר אײַך געבן אַן אַלגעמײנעם בליק איבער די לימודים װאָס איר װעט דאָ אַדורכמאַכן. עס קען אױך זײַן, אַז מיר װעלן ענדערן די ריכטונג אין געװיסע קורסן, צוגעבן קורסן, אָדער אָפּשטעלן אָדער אפֿשר גאָר אָפּלײגן קורסן. דאָס װעלן מיר זען, – מיט דער צײַט, – לױט אײַער אײגענעם פּראָגרעס, און לױט די נײטיקײטן פֿון דער מאָמענט. אַלץ איז בײגעװדיק. פֿאַראַנען קורסן װאָס איר װעט, מער אָדער װײניקער, דאַרפֿן בלױז אױסהערן. און פֿאַראַן קורסן װאו איר װעט דאַרפֿן געפֿינען צײַט און כּוח צו טאָן הײמאַרבעט. פֿון אײן זײַט, איז געװאונטשן אַז איר זאָלט טאָן די הײמאַרבעט אַלײן. פֿון דער אַנדער זײַט, איז אױך גוט אַז איר זאָלט העלפֿן אײנע די אַנדערע."

– "צוזאַמען מיט די העפֿטן און שרײַב-געצײַג האָב איך אײַך אױסגעטײלט אַ װאָכן-פּלאַן װאָס באַציט זיך סײַ צו די טאָג-טעכלעכע אַקטיװיטעטן, און סײַ צו די לימודים. אױב איר װעט דאָרט אַרײַנקוקן, װעט איר זען װאָס אײגנטלעך מיר װעלן שטודירן. איר װעט, למשל, באַמערקן אַז דער לימוד איבער װעלט געשיכטע לערנט מען בלױז אײן קלאַס אין דער װאָך – מאָנטיקס. װי אַן אױסנאַם, װעלן מיר אָבער די װאָך לערנען יעדן טאָג, גאַנץ אינטענסיװ, װי איך האָב עס אײַך שױן פֿאָרגעשטעלט. קוקט איצט אַרײַן, זײַט אַזױ גוט, אינעם װאָכן-פּלאַן װאָס איך האָב אײַך דאָ אױסגעטײלט." די מערסטע מײדן קוקן דאָרט טאַקע אַרײַן.

– "פֿאַרװאָס דאַרפֿן מיר אַזױ פֿיל לערנען?" רײַסט װידער איבער חנה אַלטמאַן [#14]. "װעמען װעט עס העלפֿן?"

– "טאַקע. פֿאַרװאָס דאַרפֿן מיר למשל לערנען װיסנשאַפֿטן, אָדער עבֿריתּ, אָדער מוזיק, אָדער..." שטײט אױף אַ מײדל, די פּאַפּיר אין האַנט, און לײענט אױפֿן קול: "קאַ-פיו-טערי"..."

– "קאָמפּיוטערײַ." פֿאַרריכט איר דער פּאַסטעך, "קאָמ-פּיו-טע-רײַ."

– "זאָל זײַן "קאַמ-פּיוטערײַ". װאָס איז דאָס בכלל? – צו װאָס דאַרפֿן מיר עס?... אָ..., פֿאַרגעסן,... איך הײס חנה לעװינסאָן, נומער 12," גיט זי צו, און הײבט אָן אַ ביסל צו כיכען, אָבער האַלט זיך אײַן.

– "חנה, און חנה,... אַז איר װעט האָבן געדולד, װעט איר אַלץ װיסן. אַ סך מענטשן פֿאַרשטײען ניט װי װיכטיק עס איז צו האָבן אַ גוטע און יסודותדיקע בילדונג. אונדזער גרױסער נאַציאָנאַלער פּאָעט און דערצײלער, יצחק לײבוש פּרץ האָט דאָס פֿאַרשטאַנען װען ער האָט נאָך אין די 1880ער אין זײַן הײם שטאָט, זאַמאָשטש, געשאַפֿן די ערשטע "פּרץ-שול". ער האָט דאָרט געשאַפֿן אָװנט קורסן פֿאַר אַרבעטער, צו לערנען שרײַבן און רעכענען. דאָס איז אָבער ניט געװען גענוג. פּרץ איז געװען קלוג. ער האָט אױך פֿאַרשטאַנען אַז פּראַקטישע יסודות זײַנען פּוסט אױב די װאָרצלען זײַנען ניט טיף. ער האָט פֿאַרשטאַנען אַז אַ מענטש דאַרף אױך געשיכטע און קולטור, און אַז אַ ייִד דאַרף אױך ייִדיש און ייִדישקײט..."

– "דאָס קען ניט זײַן. ער איז דאָך אַן אונדזעריקער. ער איז אַ סאָציאַליסט. ער האָט פֿאַרלאָזט ייִדישקײט..." רײַסט איבער מירל פּערלמאַן [16#].

– "דאָס איז ניט אַקוראַט װאָס דו זאָגסט, מירל. ער האָט זיך קײנמאָל ניט אָנגעשלאָסן אין קײן ספּעציפֿישער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, כאָטש ער איז געװען נאָענט צו דער באַװעגונג. און דערצו, האָט ער אפֿשר "פֿאַרלאָזן" ייִדישקײט, אין דעם זין װאָס ער האָט טאַקע אױפֿגעהערט אױספֿירן די אַלע מצװת פֿון אַ פֿרומען ייִדן, אָבער ער האָט קײנמאָל זיך ניט אינגאַנצן אָפּגעזאָגט פֿון ייִדישקײט. ער האָט זיך צו קײן פֿרעמדן גאָט ניט פֿאַרקױפֿט... נאָר פֿאַרקערט, װען ער האָט געלעבט, האָט ער אין זײַנע שריפֿטן אָפֿט דערמאָנט..."

– "אױ, דער גרױסער פּרץ איז שױן מער ניטאָ?" כאַפּט זיך אַרױס פֿרײדל װײצמאַן [#28]. "װי אַזױ? װען איז דאָס געשען?"

– "יאָ. לײדער איז ער אַװעק אױפֿן עולם האמת, אינעם יאָר 1916. אָבער װעגן דעם װעל איך אײַך מאָרגן דערצײלן בעת דער לעקציע פֿון געשיכטע... פּרץ האָט אָפֿטמאָל דערמאָנט די װיכטיקײט פֿון האַלטן זיך נאָענט צום קװאַל פֿון ייִדישקײט – צו שעפּן פֿון דער תּורה... אָט למשל, געדענק איך אַז איך האָב אַמאָל געלײענט צװישן זײַנע זאַכן: "האָט מען ניט קײן גאָט, זוכט מען געצן, און די גיבן קײן תּורה ניט". װען איך װײס ניט אַז דאָס איז פרצעס אַ װערטל, װאָלט איך געמײנט אַז דאָס קומט פֿון אַבֿרהם אָבֿינו אַלײן, אָדער משה רבינו צי גאָר אַן אַנדער גרױסער רביאישער פּערזענלעכקײט, – און אפֿשר טאַקע... יעדנפאַל, נאָך אַנדערע אַזעלכע קלוגע אײַנפֿאַלן װעגן ייִדישקײט, גאָט, מענטש, און ייִד, פּרצעס, װעל איך אײַך דערצײלן בײַ אַן אַנדער געלעגנהײט. בײַ פּרצן קען מען לערנען זאַכן װאָס אַפֿילו גרױסע רבנים זײַנען ניט געקומען צו דעם."

– "דװקא ער? איך האָב זיך גאָרניט פֿאָרגעשטעלט...", "װאָס, אױף אַן אמת?", "פּרץ?", "שװער צו גלײבן... אָבער אױב דער פּאַסטעך קען דאָס אױפֿװײַזן...?" שושקען צװישן זיך אַ טײל פֿון די מײדלעך.

– "פּרץ האָט פֿאַרשטאַנען די װיכטיקײט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק אױפֿצוהאַלטן זײַן טראַדיציע, און אױך דעם לשון ייִדיש. ער האָט אײַנגעזען אַז אין ייִדישן שטײגערלעבן געפֿינען זיך פֿונדאַמענטאַלע װערטן װאָס שטאַמען פֿון אײן בשותּפֿותדיקן און אײגנאַרטיקן קװאַל – פֿון דער תּורה. האַלט מען זיך נאָענט צו דעם קװאַל, האָט מען פֿון װאַנען צו שעפּן. דערװײַטערט מען זיך פֿון דעם קװאַל, װערט אַלץ צוביסלעך, – און אָפֿט, אַפֿילו גאַנץ גיך, – אױסגעטריקנט און אױסגעדאַרט. די דאָזיקע נאַציאָנאַלע ייִדישע װערטן, זײַנען אױך גוט פֿאַר דער װעלט. די לערע פֿון יושר און סאָציאַלער הילף געפֿינט מען דאָך אין די רײד פֿון די נבֿיאים. אױב די דענקער און טוער פֿאַר סאָציאַלע רעכט דערװײַטערן זיך פֿון דעם קװאַל װעלן זײערע געדאַנקען און צוגאַנגען בלײַבן פּוסט און אָן אינהאַלט. װילט איר יע, װילט איר ניט, געטלעכקײט איז אַ װעג צו מענטשלעכקײט. דער טעות פֿון אַ סך מענטשן איז װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן געטלעכקײט, און פּרובירן דורך זײער נײַער "מענטשלעכקײט" דערגרײכן געטלעכקײט. איז געבליבן ניט געטלעכקײט, און אױך ניט מענטשלעכקײט, נאָר דאָס ערגסטע פֿון דעם ערגסטן. פּרץ האָט דאָס פֿאָרױסגעזען, און אױך געװאָרנט װעגן אַזאַ סכּנה..."

– "לאָמיר גײן װײַטער: חנה האָט געפֿרעגט צו װאָס מע דאַרף לערנען װעגן װיסנשאַפֿט. צו װאָס דאַרף מען דאָס? דער אמת געזאָגט, אַז װיסנשאַפֿט, – צי נאַטור-װיסנשאַפֿט, צי פּראַקטישער װיסנשאַפֿט, איז אַ טײל פֿון טאָג-טעגלעכן לעבן, און װעט זיך נאָר אַנטװיקלען מער און מער. די װאָס זײַנען געקומען פֿון קלײנע שטעטלעך אין אײראָפּע צו דער מעטראָפּאָליע פֿון ניו-יאָרק האָבן עס דערפֿילט, און דאָ האָט איר שױן געזען אַ טײל פֿון די װאונדער פֿון דער טעכנאָלאָגיע (װי למשל דער אױטאָמאָביל, דער טעלעפֿאָן, אָדער עלעקטרישע ליכט). מיר װעלן דאָ ניט אַלעמאָל בלײַבן בײַ 29 פֿרױען און אײן מאַן. עס װעלן צוקומען קינדער, אײניקלעך – נײַע דורות. מיר װעלן זיך נײטיקן אין דער דאָזיקער קענטשאַפֿט פֿון װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע צו קענען האָבן אַ בעסערן לעבן, און קענען שאַפֿן און אױפֿטאָן מער זאַכן."

– "איך האָב געװיסע פּלענער װאָס איך װעל אײַך בהדרגהדיק אױפֿקלערן, און איך װעל דאַרפֿן אײַער הילף כּדי זײ צו פֿאַרװירקלעכן. און בכדי צו קענען אױף אַן אמת דערגרײכן די צילן, דאַרפֿן מיר האָבן װיסן און קענען שאַפֿן: װיסנשאַפֿט... און עס איז װיכטיק אױך, – כאָטש מיר װעלן זיך אַװדאי באַקענען מיט דער װיסנשאַפֿט דורך ביכער און אַרטיקלען אין פֿאַרשײדענע װעלט-שפּראַכן, – צו אַנטװיקלען אַן אײגענער טערמינאָלאָגיע און שפּראַך אין ייִדיש. עס איז מײַן װאונטש, און מיט אײַער הילף, אַז מיר זאָלן אַנטװיקלען נײַע און בעסערע טעכנאָלאָגיעס דאָ, װי די װעלט האָט װען עס איז געזען. און מיר װעלן אױסאַרבעטן אַ רײנע און עטישע טעכנאָלאָגיע, – אַ ייִדישע טעכנאָלאָגיע, אױב איר װילט, – און טאַקע אױף ייִדיש לשון..."

– "נו, גענוג געפּלאַפּלט. מירן גאָרניט דערגרײכן פֿון גלאַט רײדן אין דער װעלט אַרײַן. לאָמיר לערנען עפּעס ...יסודות ... די פּלאַנירטע לעקציעס דאַרפֿן הײַנט זײַן: ייִדיש שפּראַך און ליטעראַטור, תּורה און הלכה, מאַטעמאַטיק, און װעלט געשיכטע ביז דעם יאָר 1911. װי איך האָב אײַך שױן אױפֿגעקלערט, – צוליב דעם װאָס מיר האָבן אַזױ פֿיל צו לערנען אין געשיכטע, – װעלן מיר די װאָך, װי אַן אױסנאַם, אָפּלײגן געװיסע קורסן, כּדי אײַך צו געבן מערער צײַט פֿאַרן לערנען געשיכטע. דאָס װעט אונדז אױך געבן מערער צײַט פֿאַר פֿראַגעס מיט ענטפֿערס און אַ טיפֿערן אַרײַנבליק אין ספּעציפֿישע סענסיטיװע, אָדער װיכטיקע ענינים. הײַנט למשל, װעלן מיר אָפּלײגן צװײ לעקציעס: ייִדיש שפּראַך און ליטעראַטור, און מאַטעמאַטיק. איבעראַכטאָג װעלן מיר, מירצעשעם, אַדורכפֿירן אַ מער אױסגעברײטערטער לערן-פּראָגראַם... טאָ לאָמיר שױן אָנהײבן..."

בעת דעם לערנען, מאַכט דער פּאַסטעך אַן הפֿסקה, װאו ער גײט אױף עטלעכע מינוט אין דער זײַט, און דאַװנט אָפּ מינחה. נאָך די לימודים גײט ער אַרײַן אין זײַן געצעלט דאַװנען מערבֿ.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 4.3 שטאָט-פּלאַן

פאָרויס צו: 4.5 פּאַנגייע [PANGAEA]

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל