====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 4

4.6 קולטור

צוריק צו: 4.5 פּאַנגייע [PANGAEA]

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

(21:00)

– "נו גענוג װעגן דעם אױף הײַנט, מײן איך. לאָמיר בעסער ממשך זײַן מיט דער קולטור-פֿאַרװײַלערישער פּראָגראַם, װי מיר האָבן דאָס נעכטן אין אָװנט געטאָן. פֿאַרשטײט זיך, אַז װער עס װיל קען פֿאַרלאָזן און טאָן עפּעס אַנדערש אָדער גײן שלאָפֿן. דאָס איז דאָך אײַער פֿרײַע צײַט. איך װעל נאָר בעטן די מײדלעך װאָס דאַרפֿן האַלטן די ערשטע װאַך, אַז זײ זאָלן דאָס טאָן. איך בין זיכער, אַז די חבֿרטעס אײַערע װעלן אײַך שױן אַלץ דערצײלן מאָרגן..."

– "אַזױ װי שׂרה ברײטמאַן [#4] האָט אונדז נעכטן מהנאה געװען מיט איר מעשׂה, טאָ זאָל זי איצט אַרױסציִען אַ זײַטל פֿון אונדזער פּעקל, װעלן מיר שױן װיסן װער איז די "גליקלעכע" װאָס װעט זיך הײַנט פֿאַר אונדז פֿאָרשטעלן... שׂרה, זײ אַזױ גוט."

שׂרה ברײטמאַן [#4] ציט אַרױס די זײַט פֿון דאָראַ װאַסערהאָלץ [#27], װאָס שטעלט זיך פּאַמעלעך אױף, און דרײט זיך אױס פֿאַר די חבֿרטעס.

– "נו. גוט. זאָל זײַן," זאָגט דאָראַ, און הײבט אָן דערצײלן װעגן זיך, לױט דעם װאָס זי האָט אױסגעפֿילט אינעם פֿרעג-בױגן.

– "איך הײס דאָראַ, נומער 27, און בין 21 יאָר אַלט. איך בין אַ נײטאָרין, און בין געבױרן געװאָרן אין ...."

דאָראַ דערצײלט װעגן זיך, און װעגן אירע פעיקײטן און קענטשאַפֿטן. זי גײט אַדורך דער רשימה פֿראַגעס פֿונעם פֿרעג-בױגן, און דערצײלט גלײַכצײַטיק װעגן איר משפּחה װאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרמעגלעכע. זײַענדיק אַן אײן און אײנציק קינד, פֿלעג מען איר אַלץ געבן און נאָכגעבן. דערצו, האָט זי געהאַט אַ פֿולע און זײער אַ רײַכע דערציאונג אין אַלע געביטן: ספּאָרט, מוזיק און קולטור, און שפּראַכן. אין כּמעט אַלע זאַכן האָט זי זיך אױסגעצײכנט.

איר צײַט איז געװען צעטײלט צװישן לימודים מיט פּריװאַטע לערערס, און אַרומשפּאַצירן מיטן פֿאָטער, אױף װיפֿל עס איז מעגלעך געװען, אױף צו באַקענען זיך מיט דער װעלט פֿון געשעפֿט און קלײדונג. די גרױסע קלײדער-פֿאַבריק װאָס איר פֿאָטער און זײַן ברודער, איר פֿעטער, האָבן מיט דעם אָנגעפֿירט, איז געװאָרן װי אַ צװײטע הײם פֿאַר איר.

– "װען איך בין אַ ביסל עלטער געװאָרן, – נאָך דעם װי איך האָב אַזױפיל מאָל באַזוכט מיט די עלטערן אין טעאַטער און קאָנצערט-זאַלן, – האָב איך זיך ממש פֿאַרליבט אין דער װעלט פֿון טעאַטער, און זיך אױסגעדריקט פֿאַר די עלטערן אַז איך װיל לערנען דראַמע און װערן אַן אַקטריסע. פּלוצלונג איז די װעלט פֿון הױכער קולטור געװאָרן פֿאַר מיר פּסול. דאָרט װאו די עלטערן פֿלעגן מיר כּסדר אַרײַנשטופּן קולטור, און געבן שבֿחים די קינסטלערס פֿון בײדן מין – איז די דאָזיקע װעלט געװאָרן פֿאַרבאָטן פֿאַר מיר. דערצו, פֿלעגן אָפֿט קומען צו אונדז אין דער הײם באַקאַנטע זינגערס און זינגערינס און טעאַטער מענטשן – די עלטערן פֿלעגן זײ זײער הערצלעך אױפֿנעמען און שטיצן זײערע אַקטיװיטעטן, – אָדער דירעקט מיט שטיצע-געלט, אָדער מיטן אָרגאַניזירן בײַ אונדז פּריװאַטע קאָנצערטן און פֿאַרשטעלונגען װאו מע פֿלעג פֿאַרבעטן רײַכע ייִדישע און אַפֿילו ניט-ייִדישע פֿײַנשמעקערס און ליבהאָבערס פֿון דער אַזױ-גערופֿענער "הױכער קולטור". אָבער דאָס האָט זיך אױך באַלד אױסגעטריקנט, און קולטור איז געװאָרן בײַ אונדז אין שטוב אַ מיאוס װאָרט..."

– "די עלטערן האָבן שױן אָנגעהױבן פּלאַנירן װי אַזױ מיך צו נױטראַליזירן, און דערװײַטערן מיך פֿון מײַן אינטערעס אין טעאַטער. צו 16 יאָר, האָט מען מיר שױן אָנגעהױבן רעדן שידוכים. די בחורים זײַנען געקומען אין די צענדליקער. אױך עלטערע מענער, אַלמנס און געגטע. זײ זײַנען ניט געקומען פֿאַר מײַנע גרױסע, שײנע בר.." זי שטעלט זיך אַ סעקונדע אָפּ און קוקט אין דער ריכטונג פֿון דעם פּאַסטעך. "... בלױע אױגן... נאָר דערפֿאַר װאָס זײ האָבן אין מיר געזען די װעג צו מײַן טאַטנס טאַש און ירושה. זײַן טײל פֿון דער שותּפֿות אין קלײדער-פֿאַבריק װאָלט אַװדאי געגאַנגען צו מיר, און דערנאָך צו מײַן מאַן... אַפֿילו װאָס אינעװײניק האָט אין מיר שטאַרק געברױזט מיט כּעס אױף די עלטערן, האָב איך באַשלאָסן צו שפּילן די ראָלע פֿון אַ נאַרישע יענטע, און זיך געלאָזט אײַנרײדן זיך צו טרעפֿן מיט די מענער. איך פֿלעג זיך אָבער גאַנץ גיך אָפּטרײסלען פֿון זײ מיט כּלערלײ תּירוצים... ביז איך האָב מער ניט געקענט אױסהאַלטן... "

– "צו 17 יאָר האָב איך פֿאַרלאָזן די הײם, און באַשלאָסן אַז איך װעל פֿאָלגן מײַן האַרץ און שטרעבן אַרײַנצודרינגען אין דער טעאַטער-װעלט. איך האָב װי געבלאָנדזשעט פֿון אײן טעאַטער טרופּע צו דער אַנדערער, און מצליח געװען אַ סך צו לערנען און אַ סך צו טאָן. דאַרף מען אָבער לעבן, און פֿון קולטור אַלײן קען מען קײן סך פּרנסה ניט האָבן, האָב איך גלײַכצײַטיק געזוכט אַרבעט... געזוכט און געפֿונען דװקע בײַ די קאָנקורענטן פֿון מײַן פֿאָטער – אים אױף צו להכעיס. און איצט װײסט איר, װי איך קום צו אײַך אינעם סװעטשאַפּ..."

– "צי האַָסטו ערגעץ אױפֿגעטראָטן?" פֿרעגט צילע גאָלדין [#9].

– "נײן, איך בין ניט געװען גענוג לאַנג אין קײן אײן גרופּע. אַלע אָרעמע. און איך האָב געמוזט אָפּגעבן אַזעלכע לאַנגע שעהן בײַ דער אַרבעט, אַז איך האָב זיך ניט געקענט אױסלערנען גענוג גוט די ראָלעס. דאָס פֿאָדערט צײַט און מי. קײן סך צײַט אין משך פֿון דער װאָך האָב איך ניט געהאַט, און איך פֿלעג אַהײם אָנקומען פֿון דעם פֿאַבריק אַן אױסגעמוטשעטע, אַ צערהרגעטע..."

– "צי פֿאַרדריסט דיר ניט אַמאָל, װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזט אַ װאַרעם בעט, און אַ װאַרעמע מאָלצײַט, און מסתּמא האָסטו געהאַט אָן אַ שיעור טײַערע און שײנע קלײדער..." זאָגט מינדל אײדלשטײן [#2].

– "יאָ, האָסט דאָך אַלץ געהאַט...אַנדערע חלומען װעגן אַ רײַך לעבן װי דו האָסט עס געהאַט.." גיט צו די יונגע חנה נױמאַן [#1].

– "עס פֿאַרדריסט מיר אױף אַ מינוט ניט... איך האָב זוכה געװען זיך צו באַקענען מיט אַזױ פֿיל מענטשן. אױך אינטים זיך באַקענט מיט פּונקט יעניקע װאָס מײַנע עלטערן פֿלעגן אַמאָל שטיצן. נאָר דעמאָלט, בײַ די עלטערן אין דער הײם, האָבן מיר זײ אָנגעקוקט און זיך באַצױגן צו זײ װי גלאַט זינגערס און אַקטיאָרן, און ניט װי קײן מענטשן. איך האָב זיך, למשל, באַקענט מיט װיכטיקע יונגע און עלטערע טאַלאַנטירטע שרײַבערס און דיכטערס פֿון דער אַרבעטער באַװעגונג."

– "איך האָב געזען אַזאַ גרױסע פּאָטענציאַל פֿאַר גוטס דורך טעאַטערדװקע פֿאַר יונגע מענטשן... איך האָב דאָ, למשל אין דער פֿראַגע-בױגן, אָנגעשריבן אונטערן רובריק "חלומות" אַז איך װאָלט װעלן זען אַז עס זאָל אױפֿשטײן אַ טעאַטער װאָס איך װעל אָנפֿירן מיט דעם, און אַזױ אַרום העלפֿן די אָרעמע יונגע טאַלאַנטן װאָס װאַלגערן אַרום אָן קײן שטיצע און אָן קײן צוקונפֿט צו װערן עפּעס."

– "און װאוהין װאָלסטו געפֿאָרן אױף דײַן נאָך-חתונה רײַזע?" פֿרעגט צילע גאָלדין [#9].

– "איך האָב גאָרניט געטראַכט פֿון דעם. פֿאַרקערט. איך האָב געטראַכט זיך װאָס װײַטער האַלטן פֿון שידוכים, אָדער פֿון װערן אױף אַן אמת אינטים מיט אַ מאַן...."

– "אַ דאַנק, דאָראַ." זאגט דער פּאַסטעך, "איך האָב פֿאַר דיר אַ פֿאָרשלאָג. אפֿשר אָרגאַניזירסטו דאָ אַ קלײן-קונסט טעאַטער? און מיט דער צײַט, װען עס װעלן דאָ זײַן גענוג קינדער, אָרגאַניזירן אױך אַ קינדער טעאַטער?"

– "איך װעל אַ טראַכט טאָן..." זאָגט דאָראַ, און גײט  צוריק צום טיש וואו עס זיצן אירע חבֿרטעס.

אַזױ װי עס איז שױן גאַנץ שפּעט, און קײן צײַט איז ניטאָ צו הערן נאָך עמעצן, – גײען אַלע שלאָפֿן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 4.5 פּאַנגייע [PANGAEA]

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 4

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל