====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.2 היים און הויז

צוריק צו: 3.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

(06:00)

עס הערט זיך קלאַסישע מוזיק פֿון הילכערס װאָס הענגען פֿון די אױסגעלאָשענע לאָמפּן-סלופּעס װאָס רינגלען אַרום דעם קעמפּ. נאָך אַ פּאָר מינוט, קלינגט אַרױס דער קול פֿון דעם פּאַסטעך:

– "גוט מאָרגן, גוט מאָרגן! שטײט אַלע אױף, שטײט אַלע אױף! גענוג געשלאָפֿן!"

די מוזיק שפּילט װײַטער. דער פּאַסטעך קומט אַרױס פֿון זײַן אײגענעם געצעלט, און גײט אַרום אױפֿװעקן די מײדלעך אין די אַנדערע געצעלטן.

– "גוט מאָרגן! גוט מאָרגן! װעקט זיך אױף," רופֿט ער אַרױס אױף אַ הױכן קול.

אױסער בלומקע זיסמאַן[23#], די צװײ בערגמאַנס [װעראַ #5 און חנה #6], און אײנע פֿון די צװילינגס (לאה יודלמאַן [#19]), איז קײנער ניטאָ אין דרױסן.ָ

אַלע זײַנען אינעװײניק, אין די געצעלטן.

– "נו שױן. טשוכעט זיך אױס. גײט װאַשט זיך, און זאַמלט זיך צונױף אין פֿאָרנט פֿון מײַן געצעלט."

די מײדלעך שטײען אױף. אַ טײל גלײַך – װי זײ װאָלטן פֿון לאַנג שױן געװען װאַך, און אַ טײל דאַרף מען עטלעכע מאָל רופֿן, – דאָס טוען שױן די חבֿרטעס זײערע, – װײַל ס'איז זײ שװער אױפֿצושטײן. דער פּאַסטעך פֿאַרלאָזט זײ, און גײט װידער אַרײַן אין זײַן געצעלט. אַ טײל פֿון די װאָס זײַנען די ערשטע אױפֿגעשטאַנען שאַרן זיך צו צום ברעג װאַסער, און װאַשן זיך. אַנדערע גײען שפּאַצירן הינטער די קוסטעס, און קומען באַלד צוריק.

אַלע קומען זיך צונױף, אין פֿאָרנט פֿון דעם פּאַסטעכס געצעלט. אין אַ מינוט-צװײ באַװײַזט ער זיך פֿאַר זײ.

– "איז װידער: אַ גוט מאָרגן אײַך. ס'אַ פּרעכטיקער טאָג און איך בין צופֿרידן אײַך צו זען. איך בין זיכער אַז אַ טײל פֿון אײַך איז גוט געשלאָפֿןפֿון מידקײט. און איך בין אױך זיכער, אַז אַ טײל פֿון אײַך איז געװען שװער אײַנצושלאָפֿןאַז איר האָט טױזנט-און-אײן פֿראַגעס (אױב ניט מערער) װאָס בענקען נאָך ענטפֿערס."

– "מיר װעלן באַלד קומען צו דעם, אָבער איך װיל קודם-כּל, אײַך באַגריסן: ברוכים הבאים (ריכטיקער דאַרף מען אפֿשר זאָגן: "ברוכות-הבאות") צו אײַער נײַעם װאױנאָרט, אונדזער און אײַער נײַער הײם. דער אָרט הײסט "בראשית" – װאָס איך בין זיכער אַז איר װעט שױן אַלײן פֿאַרשטײן פֿאַרװאָס איך האָב דאָס אַזאַ נאָמען געגעבן."

דער פּאַסטעך שטעלט זיך אױף אַ מאָמענט אָפּ, װאַרפֿט זײַן בליק איבער זײ אַלעמען, פֿון רעכטס און פֿון לינקס. די מײדלעך שטײען נאָענט אײנע לעבן דער אַנדערער אין אַ האַלבער קרײַז אַרום 3 מעטער פֿון װאו ער שטײט בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן געצעלט. ער רעדט װײַטער.

– "לאָמיר אָנהײבן מיטן מאַכן אַ מין סך-הכּל פֿון װאָס איז נעכטן געשען. דערנאָך, װעל איך אײַך װידער געבן צו פֿאַרשטײן װי אַזױ און פֿאַרװאָס איר זײַט דאָ, און אױך דאָס װאָס מיר װעלן דאָ טאָן, צוזאַמען, אױף װײַטער."

– "אָבער אײדער איך זעץ פֿאָר, װיל איך אײַך פֿריִער איבערגעבן, גאָר בקיצור, װאָס עס איז אונדזער הײַנטיקער סדר היום:

1.  נאָך אונדזער פֿאַרזאַמלונג דאָ, װעל איך גײן דאַװנען שחרית בײַ זיך, אין מײַן געצעלט. איר װעט דערװײַלע קענען צוגײן צו די טישן װאו מיר האָבן נעכטן געגעסן, און איר מעגט אָנהײבן עסן. איר װעט דאָרט געפֿינען פֿענדזלען און אַ קלײן גאַז-אײװעלע, טאָמער װילט איר אָפּפּרעגלען אײער. איך װעל, נאָכן אָפּדאַװנען, אױך קומען עסן. דערנאָך װעלן מיר זיך װידער צונױפֿקומען אױף אַ פּאָר שעה. איך װעל אײַך אױפֿקלערן, נאָכן עסן, דאָס װאָס מיר װעלן דעמאָלט טאָן.

2.  נאָך דער אַקטיװיטעט, װעט איר מן-הסתּם װידער זײַן הונגעריק, װעלן מיר זיך אַװעקזעצן אױף מיטאָג.

3.  נאָכן עסן, װעט איר זײַן פֿרײַ צו פֿאַרברענגען װי איר װילט ביז אין אָװנט, װען מיר װעלן װידער עסן, און װײַטער פֿאַרברענגען. שבת איז טאַקע דער טאָג פֿון רו, אָבער הײַנט, זונטיק, װעט זײַן פֿאַר אונדז אַ פֿאַרברענג- און פֿאַרװײַלונג-טאָג."

– "דאָס איז דער הײַנטיקער פּלאַן. מאָרגן װעלן מיר אָנהײבן די לימודים און די אַרבעט. – איר האָט אַ סך װאָס צו דערגאַנצן אין אײַער װיסן (סײַ אַלגעמײנער, און סײַ ייִדישער), און גלײַכצײַטיק איז דאָ אַ סך אַרבעט כּדי מיר זאָלן קענען לעבן באַקװעם."

– "דערװײַלע, כּדי אײַנצושטעלן אַ ביסל סדר, האָב איך אײַך אײַנגעטײלט אין פֿינף גרופּעס, לױט די קאָלירן פֿון אײַערע געצעלטן. יעדע גרופּע, יעדע קאָלירטע געצעלט װעט זײַן אַ "הױז", און די קאָליר פֿון אײַער געצעלט װעט דינען װי די פֿאָן פֿון אײַער "הױז"... אַזױ װעלן מיר האָבן פֿינף הײַזער: די מײדלעך 1-6 װעלן געהערן צו דער גרינער הױז, 7-12 צו דער רױטער הױז, 13-18 צו דער בלױער הױז, 19-24 צו דער געלער הױז, און די לעצטע פֿינף מײדלעך, 25-29 צו דער ברױנער הױז. די צוטײלונג צו װעלכע "הױז" איר געהערט איז לאו-דװקע אַ פּערמאַנענטע, נאָר אַ צײַטװײַליקע, – ביז װאַנען מיר װעלן זיך אײַנאָרדענען. עס קען זײַן, אַז איר װעט שפּעטער װעלן אַריבערגײן אין אַן אַנדער גרופּע, אַפֿילו אױף אַ געװיסער פּעריאָד. דאָס װעלן מיר באַשטימען צוזאַמען, שפּעטער."

– "װאָס שײך דער גענױער טאָג-פּלאַן פֿון יעדן טאָג אין װאָך, װאָלט איך געװאָלט אַז יעדע הױז, זאַל אױסקלײַבן אײן פֿאָרשטײערין, און איך װעל, צוזאַמען מיט די פֿינף הױז פֿאָרשטײערינס אױסאַרבעטן דעם טאָג-פּלאַן פֿאַר די קומענדיקע טעג. במשך פֿון דעם פֿרישטיק װעלן מיר באַשטימען װער דאָס װעלן זײַן די פֿינף הױז פֿאָרשטײערינס."

– "און אַז מע האַלט שױן דערבײַ, איז כּדאַי אַז דער דאָזיקער מענטש זאַל אױך דינען װי דער קאָנטאַקט צװישן אײַך און מיר, טאָמער דאַרפֿט איר זאַכן. אַזױ װעט איר ניט דאַרפֿן יעדע אײנע אַלע מאָל מיך נאָכלױפֿן און דולדן די קאָפּ מיט אַלגעמײנע נײטן, – עס איז מיר גענוג אַז בלױז פֿינף זאָלן מיר דולדן די קאָפּ... פֿאַרשטײט זיך, אױב איר האָט עפּעס װיכטיק, ניט פֿון די אַלגעמײנע ענינים, נאָר מער פּערזענלעך, פֿילט זיך באַקװעם און פֿרײַ צו קומען צו מיר אין יעדער שעה פֿון טאָג, און אַפֿילו אין מיטן פֿון דער נאַכט."

– "צי האָט, דערװײַלע, עמעצער פֿראַגעס װעגן דעם אַלגעמײנעם טאָג- פּלאַן?"

עס רופֿט אַרױס די מױד מיטן נומער 16 אױף איר נאַכט-העמד: – "אַנטשולדיקט מיר, אָבער איר האָט דערמאָנט "אַרבעט". װאָס גענױ מײנט איר מיט דעם? פֿאַרװאָס דאַרפֿן מיר דאָ אַרבעטן, און אױף װי לאַנג? מיר װילן דאָך אַלע אַהײמגײן. דאָס איז טאַקע אַ שײנער אָרט צו פֿאַרברענגען אַ װאַקאַציע, אָבער מיר װילן דאָך צוריק צו אונדזערע אײגענע..."

– "יאָ," גיט צו אײנע מיטן נומער 9 אױף איר נאַכט-העמד, "מיר האָבן פֿאַרפֿליכטונגען. אונדזערע משפּחות זאָרגן זיך אַװדאי."

– "אױב מיר װעלן צומאָרגנס, מאָנטיק, ניט צוריקגײן אױף דער אַרבעט, װעט מען אונדז אַנטזאַקן, און פֿאַרבײַטן מיט אַנדערע. מיר װעלן חלילה בלײַבן אָן קײן פּרנסה..." זאָגט אַ דריטע, מיטן נומער 12 אױף איר נאַכט-העמד, און הײבט מיט אַמאָל אַָן צו כיכען און זי װערט שיִער ניט רױט אין פּנים װען ס'פֿאַרהאַקט זיך איר קול און דער עיקר דאָס אָטעמען.

פֿון פֿאַרשײדענע מײדלעך הערט מען נאָך, און נאָך טענות און פֿאָדערונגען און פֿראַגעס.

דער פּאַסטעך רופֿט אַרױס:

– "טײַערע מײַנע. איך בעט אײַך זיך אײַנשטילן. האָט געדולד. איך װעל אײַך אַלץ קלאָר מאַכן. איך זע אָבער אײַן, אַז איר פֿאַרשטײט נאָך ניט די נײַע װירקלעכקײט ... די װאָס האָט געפֿרעגט די ערשטע פֿראַגע. װי רופֿט מען דיר?"

– "מירל פּערלמאַן."

– "טאַקע. מירל, מירל..." און ער קוקט אַרײַן אין זײַן רשימה און זאָגט: "המ... יאָ. געפֿונען. נומער 16 אױף דער רשימה. אָבער אַנשטאָט איך זאָל אַלע װײַלע אַרײַנקוקן אין דער רשימה, װאָלט אַמבעסטנס געװען, װען יעדע אײנע, אײדער זי זאָגט אירס, זאָל זי זיך פֿאַר מיר פֿאָרשטעלן: מײַן נאָמען איז 'אַזױ-און-אַזױ' און מײַן נומער איז 'אַזױ-און-אַזױ', ביז װאַנען איך װעל אײַך בעסער קענען. און דו, נומער 12, װי רופֿט מען דיר? איז אַלץ בײַ דיר אין אָרדענונגהאָסט צוריקגעכאַפּט ס'אָטעם?"

– "יאָ. אַ דאַנק... איך הײס חנה לעװינסאָן," און זי הײבט באַלד װידער אָן צו כיכען, און נאָך דעם הוסטן, ביז די גרױסע מױד װאָס שטײט לעבן איר גיט איר אַ זעץ אין די פּלײצעס.

– " און דו, נומער 9?"

– " איך הײס צילע גאָלדין," און זי שטײט אױף פֿאַר אַלעמען, "און איך האָב אַ סך פֿראַגעס אײַך צו שטעלן, און איך בין זיכער אַז אַנדערע האָבן אױך אַ סך װאָס צו זאָגן און פֿרעגן– גוט?" און זי דרײט זיך אױס צו אירע חבֿרטעס, זײ זאָלן איר אונטערשטיצן.

– "נו גוט, צילע – נאָר שװײַג שױן..." זאָגט חנה לעװינסאָן [#12]. "איך װיל הערן װאָס דער פּאַסטעך האָט צו זאָגן..."

– "א דאַנק. גוט װאָס איר פֿרעגט די אַלע פֿראַגעס. איך האָב אָבער מורא, אַז עס װעלן אײַך ניט אַזױ געפֿעלן די ענטפֿערס. אָבער װי איך האָב נעכטן געזאָגט, בין איך ניט דער סאָרט מענטש װאָס פֿירט יענעם בײַם נאָז, אָדער באַהאַלט דעם אמת. איך װעל אָנהײבן מיט חנהס טענות."

– "אױב איר געדענקט... און איך זאָג דאָס אַ ביסל ציניש – װײַל איך בין זיכער אַז איר געדענקט גאַנץ גוט – איז געװען אַ פֿײַער בײַ אײַך אין סװעטשאַפּ. איך מוז אײַך זאָגן, אַז אַלץ איז דאַרט געװאָרן פֿאַרברענט. אַפֿילו איר זאָלט קענען צוריקגײן, װאָלט פֿאַר אײַך ניט געװען קײן אַרבעט. דאַכט זיך אַז דו, חנה, ביסט שױן געװען אין דעם זײַטיקן צימער, װען איך בין אָנגעקומען. עס זײַנען שױן געװען דאָרט באַהאַלטן אַ טוץ מײדלעך, װען איך האָב אָנגעהױבן אָנזאַמלען און צופֿירן די אַנדערע. דו האָסט ניט געזען װאָס עס האָט זיך דאָרט געטאָן אין אַרבעטס זאַל, צװישן די מאַשינען. די מערסטע פֿון אײַך װײסן ניט אַלץ װאָס איז דאָרט געשען. זײער אַ סך מײדלעך – אײַערע אַרבעטס-קאָלעגעס און חבֿרטעס בײַ די נײ-מאַשינען און בײַם שנײַדן (װי אױך אַ קלענערער צאָל מענער און ייִנגלעך), זײַנען טראַגישע אומגעקומען."

– "דו, נומער 3 – װי רופֿט מען דיר? דו האָסט אַלץ געזען. דו האָסט אַפֿילו געהאָלפֿן אַרײַנפֿירן אין צימער אַ פּאָר מײדלעך װאָס האָבן געהאַט אַװעקגעחלשט, אָדער זײַנען געװען צו צעטומלט צו געפֿינען דעם װעג."

– "גיטל גערשנזאָן [#3] רופֿט מען מיך," זאָגט דאָס הױך מײדל, מיט אַ טיפֿן כּמעט מענערשן קול.

– "יע, איר דאַרפֿט אַלע באַדאַנקען גיטלען. איר זאָלט װיסן זײַן, אַז אַ טײל פֿון אײַך װאָלט דאָ הײַנט ניט געװען, װען ניט גיטלס העלדישן ריזיקירן דעם לעבן אין אַרױסלױפֿן גלײַך אינעם פֿײַער אַרײַן זוכן די חברטאָרינס. איך האָב איר אַפֿילו פּרובירט אײן מאָל אָפּהאַלטן, און זי איז געװען צו איבערגעגעבן צו אײַך, אַז אַפֿילו איך האָב איר ניט געקענט אָפּשטעלן פֿון פּרובירן ראַטעװען װאָס מער פֿון אײַך."

– "גיטל, טײַערע. װען דו ביסט אַרײַן אין פֿײַער זוכן װעמען עס איז צו ראַטעװען, צי איז דיר אױסגעקומען אַרױסקוקן דורכן פענצטער?"

גיטל שאָקלט צו מיטן קאָפּ, אױף "יאָ".

– "צי האָסטו געהערט און געזען דאָס װאָס איז דאָרט פֿאַרגעקומען?"

– "יאָ..."

– "דו װילסט דערצײלן?"

גיטל העזיטירט, אָבער זאָגט באַלד אין אַ שטילן, און טרױעריקן קול: "... מײדלעך זײַנען שרײַענדיק ארױסגעשפּרונגען פֿון פֿענצטער אין גאַס אַרײַן..." און זי װישט די טרערן פֿון אירע אױגן.

אײניקע מײדלעך כאַפּן צו די האַנט צום מױל און סאַפּען מיט אַן "אױ-װײ". אַנדערע שװײַגן. עטלעכע נעמען אײנע דער אַנדערער אַרום, אָדער האַלטן זיך בײַ די הענט.

– "די צײַטונגען שרײַבן, אַז 146 מענטשן זײַנען שבת אומגעקומען. אַ טײל זײַנען לעבעדיקערהײט פֿאַרברענט געװאָרן. אַרום 60 האָבן זיך געװאָרפֿן פֿון די פֿענצטער. אַרום 20 מײדלעך האָבן זיך אַראָפּגעװאָרפן אין דעם ליפֿט װען עס האָט שױן אױפֿגעהערט אַרױפֿקומען צו ראַטעװען מענטשן פֿון דעם פֿײַער. פֿון די 146, זײַנען כּמעט אַלע געװען מײדלעך. הלװאַי װאָלט איך געקענט ראַטעװען מערער."

ס'איז שטיל. אַ לענגערע פּאַוזע, און דער פּאַסטעך רעדט װײַטער.

– "טײַערע מײַנע. עס זײַנען דאָ אַ סך זאַכן װאָס מיר װילן הײַנט דערגאַנצן. האָט געדולד. פֿאַרטרױט מיר. מירן ענדיקן דאָס װאָס מיר האָבן צו טאָן הײַנט, און אין אָװנט װעל איך ממשיך זײַן, און דערצײלן װײַטער. איר װעט קענען דעמאָלט שטעלן נאָך פֿראַגעס."

– "דערװײַלע לײג איך פֿאָר, אַז די פֿאָלגנדיקע מײדלעך זאָלן זײַן די פֿאָרשטײערינס פֿון יעדן הױז (שפּעטער קענט איר אַלײן, צװישן זיך באַשטימען װי איר װילט): שׂרה ברײטמאַן [#4] פֿאַר דער גרינער הױז, חנה דיכטער [#7] פֿאַר דער רױטער הױז, אײדל יאַקאָבזאָן [#13] פֿאַר דער בלױער הױז, לאה יודלמאַן [#19] פֿאַר דער געלער הױז, און חנה שעכטערמאַן [#25] פֿאַר דער ברױנער הױז. – אינטערעסאַנט, װאָס מיר האָבן אין אונדזער קלײנער גרופּע דרײַ חנהס... צי האָט איר געװאוסט, אַז די אותיות ח-נ-ה זײַנען די ראשי-תיבות פֿון די 3 מצװת װאָס פֿרױען דאַרפֿן אױספֿירן: חלה נעמען, נידה, הדלקה (צינדן שבת ליכט)... און פּונקט זײַנען פֿאַראַן אױך 3 מײדן דאָ מיט דעם זעלבן נאָמען – מיט אָט די 3 מצװה-אותיות... אַ צופֿאַל, אָדער ניט? מע דאַרף זיך אַ ביסל אַרײַנטראַכטן אין דעם, מײן איך, נײן?... און איצט, אױב אַלע זײַנען מסכּים, טאָ לאָמיר גײן עסן."

– "זעקס!" זאָגט איינע פֿון די מיידלעך. "עס זײַנען דאָ 6 חנהס..."

דער פּאַסטעך קוקט ווידער אַרײַן אין זײַן רשימה פֿון מײדלעך, און זאָגט: "טאַקע זעקס... צווײ מאָל אַזוי פֿיל ווי איך האָב געמײנט –  אפֿילו נאָך אינטערעסאַנטער ..."

די מײדלעך גײען עסן, און דער פּאַסטעך גײט אַרײַן אין זײַן געצעלט דאַװנען.

(09:00)

װען דער פּאַסטעך קומט אַרױס נאָך זײַן דאַװענען, כאַפּט ער אַרײַן עפּעס צו עסן, און דערנאָך רופֿט ער אַרױס צו די מײדלעך:

– "איך האָב דאָ פֿאַר אײַך פֿרעג-בױגנס, װאָס איך װאָלט געװאָלט אַז איר זאָלט זײ אױספֿילן. גיט צו װאָס מער פּרטים, עס זאָל זײַן װאָס מער אַקוראַט, און האָט ניט מורא אַריבערגײן אױף אַן אַנדער בלאַט, טאָמער פֿעלט אײַך אױס אַָרט. איך בעט אײַך זײער, אױסצופֿילן די זײַטן אין ייִדיש. אפֿשר ניט אַלע קענען לײענען און שרײַבן ייִדיש, טאָ אָרגאַניזירט זיך אױף אַזאַ אופֿן, אַז פֿאַר יעדע 5-6 מײדלעך זאָל זײַן כאָטש אײנע װאָס קען שרײַבן ייִדיש."

– "װען איר ענדיקט שרײַבן, קענט איר זיך נעמען צו פֿאַרשײדענע שפּילן װאָס איך האָב פֿאַר אײַך דאָ צוגעגרײט. עטלעכע זײַנען גלאַט פֿאַרװײַלערישע, און עטלעכע פֿאָדערן אַ ביסל אַרײַנטראַכטן זיך. – דאָס זײַנען סאָרטן רעטענישן פֿאַר אײַך צו לײזן. איך האָב פֿאַר אײַך אױך עטלעכע אינטערעסאַנטע מעכאַנישע אינסטרומענטן װאָס איר קענט זיך פֿאַרמעסטן מיט זײ. איך האָב פֿאַר אײַך צוגעשטעלט ספּעציעלע בילד-ברילן, װאו מע קען אַרײַנלײגן אַ רעדל מיט שײנע בילדער פֿון דער נאַטור און נאָך אַזױנס. פֿאַראַן אַ פּאָר ביכער, און אױך פּילקעס פֿאַר די װאָס װילן שפּילן."

– "איך װעל דערװײַלע אַרײַנרופֿן די מײדלעך פֿון דער ברױנער הױז (די נומערן 25-29). מירן כאַפּן אַ קורצן שמועס, און מיר װעלן צוזאַמען אַדורכפֿירן אַ מעדיצינישע אונטערזוכונג. דאָס איז װיכטיק, דערפֿאַר װאָס איר האָט נעכטן אַדורכגעמאַכט אַ שװערע פֿיזישע און עמאָציאָנעלע דערפֿאַרונג, און מיר מוזן גיבן אַכט, אַז קײן שאָדן איז אײַך ניט געשען. איר האָט, למשל, אַלע אַרײַנגעאָטעמט פֿון דער רױך. איך בין זיכער אַז אַ טײל פֿון אײַך האָט זיך אָדער צעקלאַפּט אָדער אַפֿילו אַ ביסל אָפּגעבריט בעת דער בהלה. – פֿאַראַן אַזעלכע? הײבט אױף די הענט, שעמט זיך ניט."

אַרום 7-8 מײדלעך הײבן אױף די הענט. אײניקע מײדלעך הוסטן אַ ביסל, דערבײַ.

– "אױב עמעצער װיל גײן שװימען, בעט איך אײַך, ניט צו גײן װײַט. און אַװדאי ניט צו גײן אַלײןנאָר אין פּאָרלעך, און נאָך בעסער אין דרײַען."

– "פּאַסטעך," רופֿט זיך אײנע אָפּ. "מיר קענען ניט אַ גאַנצן טאָג פֿאַרברענגען אין דעם שלאָף-קלײדל. סע פּאַסט ניט. מיר טראָגן אַפֿילו ניט קײן אונטערקלײדער, און אױך קײן נאָרמאַלע שיך ניט. בלױז די װײכע שטעק שיך... װאָס װעט זײַן?"

אַנדערע שאָקלען צו מיט דער קאָפּ.

– "ביסט גערעכט, אָבער האָסט פֿאַרגעסן מיר אָנצוזאָגן דײַן נאָמען און נומער."

– "סאָניע װעכטער [29#]".

– "אַ דאַנק, סאָניע. ביסט גערעכט. װי נאָר יעדע גרופּע איז פֿאַרטיק מיט דער מעדיצינישער אונטערזוכונג, װעלן די מײדלעך באַקומען די נײטיקע קלײדער און שיך. איך זאָג צו."

עס רופֿט אַרױס אַ מײדל:

– "מײַן נאָמען איז זיסע װײַנבערג [26#] – איך װיל װיסן, אין װאָס באַשטײט די אונטערזוכונג."

– "די אונטערזוכונג באַשטײט פֿון אױספֿילן אַ צאָל מעדיצינישע פֿראַגעס, פֿון אײַער געזונט-געשיכטע, און עטלעכע פֿונדאַמענטאַלע זאַכן װי למשל, מעסטן די װאָג, די הױך, אײַער ריעה (װי גוט איר זעט), און אַזױ װײַטער. איר דאַרפֿט ניט מורא האָבן. עס װעט גאָרניט װײ טאָן, און איר װעט די גאַנצע צײַט זײַן דאָרט מיט אײַערע חבֿרטעס. איך בעט נאָר, ענטפֿערן דעם פֿולן אמת. געזונט איז אַזאַ זאַך, װאָס איר טאָרט זיך ניט שעמען פֿון אױסזאָגן װאָס איר פֿילט, װאו עס טוט אײַך װײ, אױב עפּעס שטערט אײַך, אױב איר האָט אַלערגיעס, נױטיקט זיך אין מעדיצינען, האָט פֿיזישע פּראָבלעמען, צי װאָס ניט."

– "איך האָף, אַז עס װעלן זיך געפֿינען צװישן אײַך אַזעלכע װאָס זײַנען אַ ביסל באַהאַװנט אין מעדיצינישע ענינים (אָדער װילן לערנען), כּדי מיט דער צײַט, װעלן יענע זיך אױסבילדן און קענען דאָ דינען ווי קראַנקנשװעסטער, צי גאָר דאָקטױרים. אַלע מעגלעכקײטן זײַנען פֿאַר אײַך אָפֿן זיך צו אַנטװיקלען און װאַקסן אין װיסן און קענטשאַפֿטן. אַרבעט מיט מיט מיר, און איר װעט װײַט דערגרײכן."

– "איך בעט די ערשטע גרופּע מײדלעך אַרײַנצוקומען צו מיר אין געצעלט." 

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 3.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 3.3 אַ געזונט אײַך אין די קעפּעלעך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל