====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.3 אַ געזונט אײַך אין די קעפּעלעך

צוריק צו: 3.2 היים און הויז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

(09:15)

די ערשטע גרופּע קומט אַרײַן. דאָס זײַנען די מײדלעך פֿון דער ברױנער הױז. דער פּאַסטעך זעצט זיך אַװעק בײַ אַ טיש, עפֿנט אױף אַ געוויסע זאַך װאָס ליגט אױף זײַן טיש און זעט אױס װי אַ גרױסער בוך אָדער נידעריקער קעסטל. זײ קוקן, און עס צינדט זיך אָן אַן קליינער עקראַן. אַזאַ זאַך האָבן זײ אין זײער לעבן ניט געזען.

– "דער דאָזיקער אַפּאַראַט רופֿט מען אָן "קאָמפּיוטער" – איך רוף עס אָן "שׂכל-אַפּאַראַט". עס קען טאָן אַ סך זאַכן, װאָס איך װעל אײַך בײַ אַן אַנדער געלעגנהײט װײַזן. איך װעל אײַך דעמאָלט דערצײלן װי דאָס פֿונקציאָנירט, און אײַך אױסלערנען װי דאָס צו נוצן. הײַנט, אָבער, האָבן מיר ניט קײן צײַט פֿאַר דעם. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז דאָס איז אַן אַװאַנסירטער שרײַב-מאַשין (אָן פּאַפּיר), אַז אַלץ װאָס װערט דאָ אַרײַנגעשריבן װערט אױפֿגענומען אין אַ באַזונדערן אָרט, און איך קען דאָס לײענען פֿון דעם עקראַן, אָדער דאָס אָפּדרוקן אױף פּאַפּיר – װען איך װיל."

– "און איצט װעגן דער געזונט אונטערזוכונג: הײַנט, װעל איך יעדע אײנע פֿון אײַך שטעלן פֿראַגעס, און דאָ אַרײַנשרײַבן. די אינפֿאָרמאַציעס װעלן זיך אײַנהאַלטן אין זכּרון, און איך װעל קענען דאָס גיך געפֿינען װען נײטיק. איך װעל אײַך בעטן, איר זאָלט מיר דאָ אַרױסהעלפֿן, אין מעסטן די הױך, די װאָג און אַנדערע טײלן פֿון גוף פֿון אײַערע חבֿרטעס. די אינפֿאָרמאַציעס זײַנען סײַ פֿאַר געזונט סיבות, סײַ צו װיסן די מאָסן פֿאַר קלײדונג. עס איז אױך פֿאַראַן אַ פֿרעג-בױגן מיט אַלגעמײנע געזונט-פֿראַגעס װאָס מיר װעלן אױספֿילן צוזאַמען."

– "נאָך דעם, װעל איך אײַך בעטן – און איך בין זיכער, אַז דאָס װעט זײַן פֿאַר אײַך ניט אַזױ באַקװעם, – אָבער איר מוזט עס טאָן, ענטפֿערן אינטימערע פֿראַגעס. און נאָך דעם, זיך אינגאַנצן אױסטאָן, װײַל מיר װעלן דאַרפֿן אַדורכפֿירן אַ מער פּרטימדיקער אונטערזוכונג. איר װעט דעמאָלט האָבן עטלעכע ברירות: אָדער דאָס טאָן אין דער אָנװעזנהײט פֿון די גרופּע חבֿרטעס װאָס זײַנען דאָ דערבײַ; אָדער אױסקלײַבן אײן חבֿרטע װאָס איר זײַט גרײט, זי זאָל דאָ זײַן אין צימער מיט אײַך צוזאַמען מיט מיר; – אָדער מיר טוען דאָס אונטער פֿיר אױגן – װי מע זאָגט, – אָן דער אָנװעזנהײט פֿון אַנדערע..."

די געזונט-אונטערזוכונג פֿאַרענדיקט זיך, און דער פּאַסטעך װענדט זיך צו זײ:

– "איך װיל אײַך באַדאַנקען. דאָס איז אַלץ. װי איר זעט, האָט עס גאָר ניט װײ געטאָן. און װי איך האָב אײַך צוגעזאָגט, װעט איר אין דעם אַנדערן צימער געפֿינען זעקלעך מיט קלײדער, און אונטערקלײדער, און שיך װאָס איך װיל אַז איר זאָלט זײ אױספּרובירן. נעמט װאָס איז פֿאַר אײַך גוט, נאָר קומט צו מיר צוריק אַרײַן דאָ, איך זאָל קענען פֿאַרצײכענען דאָס װאָס איר נעמט, און װעלכע מאָסן קלײדער איר טראָגט."

די מײדלעך טוען טאַקע אַזױ.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.2 היים און הויז

פאָרויס צו: 3.4 דער ערשטער אויפברויז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל