====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 2

2.3 אויס פײַער, אויס פײַערלעשער

צוריק צו: 2.2 פּלוצלונג: שטיל

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 2

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "אייביק"

********

דער פײַערלעשער קומט אָן צווישן די מײדלעך, אָנגעטאָן ווי זײ – אין בלויז אַ לאַנגער, ווײַסער, שלאָף-קלײד. זײ האָבן זיך שוין אַן עצה געגעבן מיטן עסן, און האָבן שוין אַרויסגענומען פון די קעסטלעך: טעלערן, גאָפּלען, מעסערס, און כּוסות, ווי אויך וואורשט, ברויט, גרינסן און פרוכט, און פאַרשײדענע געטראַנקען. כּמעט אַלע זיצן און עסן. דער פײַערלעשער גײט צו צו אַ טיש וואו ס'איז דאָ וואורשט און אײדער ער קען עפּעס אַרײַנכאַפּן, הערט זיך בײַ אַ גרופּע מײדלעך וואָס זיצט בײַ אַ טיש:

 – "אוי, קוק אויף זײַן קלײד."... "וואו? וואָס איז? וואָס זעסטו?" ... "דו זעסט ניט? דער נומער זײַנער, עס איז דאָך אַ זעראָ, – אַ נול..." ...  "דאָס איז מאָדנע...גײ פרעג אים וואָס דאָס מײנט" ... "נײן, גײ דו און פרעג אים..."

 דער פײַערלעשער, וואָס האָט שוין געהאַט זיך געוואַשן צום עסן, מאַכט איצט אויפן קול די ברכה אויף ברויט, דער "המוציא", און רײַסט אַראָפּ אַ שטיקל ברויט וואָס ער נעמט אַרײַן מיט חשק אין מויל. אײניקע מײדלעך זאָגן נאָך "אמן", אַלע נעמען זיך צוריק מיט גרויס אַפּעטיט צו דער לײַכטער מאָלצײַט.

 נאָכן עסן, שטעלט זיך דער פײַערלעשער אויף פאַר אַלעמען, און הײבט אָן רײדן.

 – "טײַערע מײַנע. איך האָב אַ סך אײַך וואָס צו דערצײלן. און איר וועט אוודאי האָבן אַ סך פראַגעס. איך בעט נאָר אײַער געדולד, רײַסט ניט איבער צופיל. אָבער אויב איר מײנט אַז ס'איז גאָר וויכטיק, פרעגט. און כאָטש איך קען אײַך ניט אַלץ אַנטפּלעקן איצט, וועל איך פונדעסטוועגן, פּרובירן....דאָס וואָס איך וועל אײַך דערצײלן הײַנט אָוונט, וועט געדויערן בײַ אײַך – ווער מער, און ווער ווײניקער – אַ היפּשע צײַט צו פאַרדײַען, צו פאַרשטײן און צו  באַנעמען. אין די קומענדיקע טעג און וואָכן, וועט איר בעסער פאַרשטײן וואָס מיט אײַך האָט פּאַסירט, און ווי דאָס וועט משפּיע זײַן אויף אײַער ווײַטערדיקן לעבן...."

 – "איר וועט מיר מוחל זײַן, אויב איך וועל מוזן רײדן קורץ און אפשר אַ ביסל צו קאַלטלעך: זאַכלעך. דאָס איז מײַן טבע – רײדן צו דער זאַך. ניט דרײען אַ ספּאָדיק דורך פאַרפירן מיט האַלב-אמתן און אויסגעטראַכטע מעשׂהס – איך רײד צו אײַך אָן קײן בלאָף און אָן קײן תּירוצים – איך זאָג אײַך צו, אַז אַלץ וועל איך פאַר אײַך קלאָר און דײַטלעך אויפקלערן, און אַנטפּלעקן, אָבער איך וועל עס ניט טאָן מיט אײן מאָל, און אוודאי ניט הײַנט. נאָר צוביסלעך, בהדרגדיק…"

 – "אָבער לאָמיר כאָטש, פונדעסטוועגן, אָנהײבן מיט עפּעס. איך וויל אײַך באַרואיקן, אײַנשטילן אײַערע ספקות און שרעק...

צי האָט עמעצער, ביז אַהער, פראַגעס...?"

 די מײדלעך קוקן אײנע אויף דער אַנדערער, און בלײַבן דערווײַלע שטיל.

 – "אוודאי האָט איר פראַגעס – מן הסתּם הונדערטער. דערפאַר פרעגט איר ניט. איר ווײסט אפילו ניט וואו אָנצוהייבן. טאָ לאָמיר אײַך פאַרלײַכטערן. לאָזט מיר רעדן – און איך האָב אַ סך וואָס צו זאָגן, – און זיכער וועט עס ענטפערן אויף אַ גרויסער טײל פון די הונדערטער פראַגעס וואָס ווערן איצט געבוירן אין אײַערע קעפּ. – איצט, אַז איר האָט זיך אַ ביסל דערקוויקט מיטן דער לײַכטער סעודה, אַז איר זײַט אַ ביסל רואיקער, נאָך דעם וואָס מיר האָבן צוזאַמען דורכגעמאַכט – וועט איר בעסער קענען באַנעמען כאָטש אַ טײל פון וואָס עס קומט פאַר. איך דערמאָן אײַך ווידער זיך אײַנצוהאַלטן מיט אײַערע פראַגעס – אָבער גלײַכצײַטיק, פילט זיך פרײַ מיך איבערצורײַסן, אויב איר מײנט אַז איר האָט עפּעס וויכטיק צו פרעגן אָדער בײַצוטראָגן."

 – "אָפּגערעדט? גוט. לאָמיר גײן ווײַטער:

איך וועל אײַך ניט האַלטן לאַנג. איר זײַט אוודאי אַלע פאַרמאַטערט, נאָך אַ לאַנגן טאָג אַרבעט, און אוודאי נאָכן איבערלעבן דעם שרעקלעכן, טראַגישן, און אומנויטיקן פײַער בײַ אײַך אינעם שאַפּ."  

 ווי נאָר ער האָט דערמאָנט דעם פײַער מיט דעם סוועטשאַפּ, הערט מען פון אײניקע מײדלעך ווי עס כאַפּט זיך בײַ זײ דעם אָטעם – ווי זײ וואָלטן זיך פּלוצעם דערמאָנט אין עפּעס וואָס זײ האָבן פאַרגעסן, אָדער געטראַכט אַז דאָס איז אַ חלום. בײַ אײניקע כאַפּט זיך אַרויס אַן "אוי!" אָדער "אוי ווײ...".

 דער פײַערלעשער הערט דאָס. ער מאַכט אַ קורצע פּאַוזע, קוקט זיך אָן אין זײ צו זען אַז זײ זײַנען אַלע קאָנצענטרירט אויף אים, און רעדט ווײַטער.

 – "איך וועל אָנהײבן מיט עטלעכע "אונטערשטע שורות" – פּשוטע פאַקטן:

נומער אײנס – איר לעבט, אויף אן אמת. טאַפּט זיך אָן אין גוף, גיט אַ צי אַרויס אַ האָר. – איר פילט עס, און איר זײַט פיזיש די זעלבע מײדן ווי פּונקט מיט עטלעכע שעה צוריק. און איך,... איך בין דער וואָס האָט דערמעגלעכט אײַך זיך אַרויסצוראַטעווען פון אַ זיכערן טויט. איך בין אויך אַ בָשָׂר-ודָם. אַ מענטש. אַ ײִד. ניט קײן שד, ניט קײן מלאך, ניט קײן כּישוף-מאַכער. און דאָך, וועל איך אײַך אין דער נאָענטער צײַט פאַרכּישופן מיט מעשׂהס און מעשׂים – וואונדער וואָס איר האָט אין אײַער ווילדסטן דמיון, אין אײַערע גרעסטע פאַנטאַזיעס ניט געזען צי געהערט אַזוינס.

נומער צווײ – ווי איר זעט, זײַט איר אין אַן אַנדער אָרט, ווײַט פון וואו איר זײַט געווען. דאָס זעט איר אַלײן אוודאי – איר הערט, און איר פילט מיט אַלע אײַערע חושים און אברים, אַז דאָס איז גאָר ניט דער זעלבער אָרט וואו איר זײַט געווען מיט אַ פאַר שעה צוריק. דאָס איז ניט קײן חלום. דאָס איז דער רײנער אמת.

נומער דרײַ – און דאָס וועט זיכער זײַן דאָס שווערסטע צו אַקצעפּטירן, אָבער איך מוז אײַך זאָגן, — בעסער איצט ווי שפּעטער, ווײַל קײן ברירה אין דעם איז ניטאָ: עס איז ניטאָ קײן וועג צוריק פאַר אײַך. איר קענט בשום אופן ניט גײן צוריק צו דאָרט וואו איר זײַט געווען, צו דעם וואָס איר זײַט געווען..."

 אײדער ער קען ממשיך זײַן, הײבן די מײדלעך אָן זיך צערײדן, און רײַסן איבער דעם פײַערלעשערס רײד:

     "... וואָס הײסט דו קענסט אונדז ניט צוריקברענגען..." זאָגט חנה דיכטער [#7].

     "... אויב אַהער, פאַרוואָס ניט, צוריק"... זאָגט זיסע וויײַנבערג [#26].

     "... איך וויל אַהײמגײן צו מײַן מאַמען..." וויינט חנה נוימאַן [#1].

     "... מײַנע קינדערלעך..." שרײַט פרוי חנה שטערן [#24].

     "... מײַן מאַן..." באַקלאָגט זיך [ליבע סאָבאָל ]#21].

 – "... באַרואיקט זיך, דאָס איז פאַר מיר אויך ניט קײן פּשוטע זאַך... הלוואי וואָלט איך געקענט אַלץ צורעכט מאַכן, און יעדע אײנע פון אײַך צוריקפירן אַהײם צו אירע געליבטע. עס איז אוממעגלעך. עס איז צו קאָמפּליצירט אײַך איצט אויפצוקלערן, אָבער איך וועל דאָס טאָן. נאָר ניט אין דער דאָזיקער מאָמענט. און כאָטש עס וועגט שווער אויף אײַער געמיט, וועט איר מוזן משלים זײַן מיט דער נײַער ווירקלעכקײט."

 – "לאָמיר עס זאָגן מיט אַנדערע ווערטער: צי וויל עמעצער פון אײַך, איך זאָל זי צוריקפירן אין שאַפּ, דאָרט אין יענעם ברענענדיקן גהינום, פון וואַנען איך האָב אײַך אַרויסגעראַטעוועט? דאָס קען איך טאָן... אָבער עס איז ווײַט ניט רעקאָמענדירט... ווײַט ניט כּדאי..."

 די לעצטע ווערטער ברענגען אַרויף בילדער און סצענעס וואָס די מײדלעך האָבן ערשט דורכגעמאַכט – און וואָס זײ ווילן גאָרניט טראַכטן דערפון, זיך דערמאָנען אין דעם. די מערסטע מײדלעך ווערן פאַרשוויגן, אָבער אײניקע בונטעווען נאָך ווײַטער, כאָטש מיט ווײניקער אימפּעט. אַן אַנדער מײדל, שרה ברײטמאַן [#4] צעווײנט זיך אויפן קול, שטײט אויף, לויפט צו, און וואַרפט זיך אונטער די פיס פון דעם פײַערלעשער:

 – "דו מוזסט מיר העלפן, דו מוזסט מיר צוריק אַהײמשיקן. מײַן אַלטע מאַמע, זי איז נעבעך אַלײן, זי וועט שטאַרבן פאַר צער... דו מוזסט..."

 – "און מײַנע 5 קינדערלעך – זײ וועלן דאָך פאַריותמט זײַן," רופט זיך אָפּ נאָך אײנע פון די מײדן, פרוי חנה שטערן [#24].

 ער בײגט זיך אַרונטער, און צערטלעך בײַ דער האַנט הײבט אויף דעם ווײנענדיקן מײדל. ער קוקט איר אַ רגע אין די אויגן אַרײַן, און לאָזט אָפּ די האַנט וואָס ער האָט געהאַלטן בײַם אויפהײבן איר. קוקנדיק אַזוי, רוקט ער זיך אָפּ מיט צווײ טריט נאָך ווײַטער אויף צוריק, כּדי בעסער זײ צו זען, און כּדי זײ זאָלן אים אויך בעסער זען. מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, דרײט זיך אויס דאָס מײדל, און שאַרט זיך שטילערהײט צוריק צו איר טיש, וואו אירע חברטעס נעמען איר ארום און באַמיען זי שטיל צו באַרואיקן.

 – "עס איז מערקווירדיק ווי געטרײַ איר זײַט צו אײַערע געליבטע. הלוואי וואָלט איך געקענט. נאָר ס'איז אוממעגלעך. איך קען ניט בײַטן דאָס וואָס איז געשען, דאָס וואָס איז, דאָס וואָס דאַרף זײַן. איר מוזט אַקצעפּטירן אײַער נײַעם גורל. דאָס איז דאָס בעסטע וואָס איך קען אײַך געבן: איך קען אײַך צוזאָגן אַ נײַעם לעבן, אַ נײַעם אָנהײב, אַ נײַע צוקונפט וואָס וועט זײַן בעסער, און זיכערער ווי דאָס וואָס איר האָט איצט פאַרלאָזט."

 – "איר לעבט אַלע און האָט טאַקע איבערגעלעבט אַ זיכערן טויט. איר זײַט איצט, אָבער, אויף אַן אַנדערן אָרט – אַ בעסערן אָרט. מְשָנָה מָקום, מְשָנָה מָזָל. איר זײַט ניט אַלײַן, איר זײַט דאָ מיט באַקאַנטע, מיט חברטעס. איר זײַט אַלע ווי שוועסטער, נײַ געבוירענע. מיט פרײַער לופט צו אָטעמען, מיט נײַע וועגן צו שפּאַנען און אויסצושפּאַנען..."

 – "דו ביסט ניט קײן אמתער פײַערלעשער," רופט זיך אָפּ מאַשע לעווין [#11]. "דו ביסט ניט גלאַט צופעליק געווען דאָרט. ווער ביסטו? וואָס ווילסטו?" – און זי חזרט איבער, נאָך שטאַרקער און שאַרפער: "ווער ביסטו?"

 – ”אמת, איך בין ניט קײן פײַערלעשער, איך בין גיכער אַ ... פּאַסטעך. יאָ, אַ פּאַסטעך וואָס היט זײַנע שאָף, די וועלף זאָלן זײ ניט שאַטן. אַ פּאַסטעך וואָס איז אַ וועג-ווײַזער, וואָס וויל זײ זאָלן לעבן בשלום און אין פרײדן. איך בין אַ לערער, איך וועל אײַך העלפן וואַקסן, ווערן שטאַרקער, מער אומאָפּהענגיק. איך וועל אײַך העלפן געפינען זיכערקײט אין לעבן, און וועל אויפפּאַסן אַז קײן שלעכטס זאָל אײַך חלילה ניט טרעפן."

 – "דאָס אַלץ? ניטאָ אפשר בײַ אײַך אַ פּלאַן אונדז שפּעטער אויסצונוצן (עקספּלואַטירן), אונדז פאַרשקלאַפן, צי ערגערס?..." פאַרמעסט זיך מיט אים נאָך אַ מאָל מאַשע לעווין [#11].

 – "חס-ושלום. איך וועל אײַך ווײַזן דעם וועג – אַ בעסערע וועג, אין מײַן מײנונג. איר וועט דאַרפן אַלײן באַשטימען וואָס און אויב איר ווילט גײן אין אַזאַ דרך. אמת, עס זײַנען פאַראַן באַגרענעצונגען, עס זײַנען פאַראַן זאַכן וואָס איר וועט בלית-ברירה דאַרפן אַקצעפּטירן, טאָן, און אַדורכפירן. ווען איר וועט אַלץ אויסהערן, זען דעם גרעסערן, דעם ברײטערן בילד, בין איך זיכער אַז איר וועט בעסער פאַרשטײן. איך קען נאָר האָפן אַז איר וועט וועלן מיטגײן מיט דעם וועג."

 – "טאָ לאָמיר פאָרזעצן: די גרעסטע און וויכטיקסטע מנהיגים פון אונדזער פאָלק זײַנען געווען פּאַסטעכער: די אבות אברהם, יצחק, און יעקב. משה רבינו. דוד המלך. און אַנדערע. זײ האָבן געזאָרגט פאַר דעם פאָלק. איך וויל מײנען, אַז אויף מײַן באַשײדענעם אופן, וועל איך קענען טאָן כאָשט אַ טײל פון וואָס זײ האָבן אויפגעטאָן."

 – "איך ווײס, און איר ווײסט, אַז במשך פון דור דורות האָט מען פאַרפאָלגט דעם ײִדישן פאָלק. קרײצצוגן, אינקוויזיציעס, פּאָגראָמען, און געצוואונגענער שמד. דאָ, וועט אַזעלכעס ניט זײַן. דאָ וועט אַנדערש און בעסער זײַן פאַר ווער עס רופט זיך ײִד."

 – " איך ווײס, און איר ווײסט, אַז במשך פון דור דורות, האָט מען דער פרוי ניט פולשטענדיק אָפּגעשאַצט, און אָפט, אפילו פאַררוקט אין אַ זײַט, זיך כּמעט ניט געעצט מיט איר, ניט אַרײַנגענומען ווי אַ גלײַכע. פּונקט פאַרקערט, אָפט איז זי דערנידעריקט געוואָרן, עקספּלואַטירט, און ערגערס."

– "ווי קען דאָס זײַן, פרעגט זיך די פּשוטע פראַגע. עס איז דאָך ניט לאָגיש, ניט ראַציאָנאַל... עס לײגט זיך ניט אויפן שׂכל, דער דאָזיקער ביז איצטיקער מצב: איר זײַט דאָך דער רבונו-של-עולמס לעבעדיקע באַשעפענישן, פּונקט ווי דער מאַן – און אויב מיר זאָלן עס טאַקע פאַרטײַטשן פון אַ תּורה שטאַנדפּונקט: איז די פרוי אַ באַשטאַנדטײל פון דעם מאַן – פון זײַנע אײגענע ריפּן באַשאַפן. בלויז ווען זײ זײַנען צוזאַמען ווערט יעדער אײנער און יעדע אײנע דערגאַנצט. ווי קען אַנדערש זײַן, אַז די פרוי זאָל ניט גײן גלײַך מיט גלײַך מיט איר בן-זיווג, דעם זכר? איך האָף, אַז מיט אײַער הילף, וועלן מיר קענען עפּעס טאָן, אַז כאָטש דאָ, וועט אַנדערש און בעסער זײַן פאַר ווער עס איז אַ פרוי, אָדער ווי מען זאָגט עס: פון פײַנערן און שענערן מין."

 דער פּאַסטעך שטעלט זיך אַ ווײַלע אָפּ. ער רעדט איצט צו די עצם סענסיטיווסטע געפילן פון זײַנע צוהערערס, די ײִדישע מײדלעך. די מערסטע זײַנען געקומען קײן אַמעריקע מיט זײערע משפּחות, צו דער נײַער וועלט, צו דער גאָלדענער מדינה, כּדי צו אַנטלויפן פון די פאַרפאָלגונגען קעגן ײִדישן פאָלק, און די סכּנות אין דער אַלטער הײם, אין אײראָפּע.

 און די זעלבע מײדן האָבן אַלײן געזען און געפילט די שוועריקײטן פון זײַן אַ פרוי אויף דער וועלט, און געזען וואָס עס האָבן דורכגעמאַכט זײערע אײגענע און נאָענטע: באָבעס, מאַמעס, און שוועסטערס. זײ אַלײן האָבן מיט דער אײגענער לײב כּמעט באָצאָלט מיטן לעבן (ווען ניט דעם אינטערווענץ פונעם פּאַסטעך), און געזען ווי מע האָט זײ אויסגענוצט ביזן לעצטן טראָפּן בלוט, בײַ דער שקלאַפערישער אַרבעט אינעם סוועטשאַפּ.

 – ”ווער פון אײַך, אָדער פון אײַערע משפּחה מיטגלידער האָט געליטן דערפאַר וואָס זײ זײַנען נעבעך בלויז ײִדן געווען? הײבט אויף אַ האַנט, שעמט אײַך ניט..."

 אַ צען מײדלעך הײבן פּאַמעלעך אויף די הענט.

 – "און אין דער גרויסער, פרײַער אַמעריקע אויך?"

 אַ טײל שאָקלט צו מיטן קאָפּ.

 – "און צי האָט עמעצער פון אײַך געפילט, אַז ווײַל איר זײַט פרויען (און ניט קײן מענער) – אַז מע באַציט זיך צו אײַך מיט ווײניקער דרך-ארץ? לאָמיר זען הענט – הײבט אויף אַ האַנט אויב איר מײנט אַז דאָס איז מיט אײַך געשען..."

 אַ נאָך גרעסערע צאָל מײדלעך הײבט אויף די הענט.

 ער גיט אַ לײַכטן הוסט, נעמט אַ שלוק וואַסער פון זײַן כּוס, און רעדט ווײַטער:

 – "לאָמיר אײַך, עַל רֶגֶל-אַחַת, אויף אײן פוס, פאָרשטעלן אַ טײל פון דער אַלגעמײנער פּלאַן מײַנער. נאָך דעם, קענען מיר האָבן אַרום דעם אַ שטיקל דיסקוסיע, און איך וועל זײַן גרײַט אויסצוהערן אײַערע פראַגעס. ווער עס וויל דיסקוסירן, וועט קענען פאַרבלײַבן, און ווער סע וויל, וועט קענען גײן שלאָפן. – מאָרגן, וועלן מיר אוודאי קענען פאָרזעצן, מיט נײַע כּוחות. און איך האָף, אַז איר וועט זיך גוט אויסשלאָפן, אפשר בעסער שלאָפן ווי ווען עס איז. מאָרגן איז אַן אַנדער טאָג. מאָרגן וועלן זײַן נײַע ענטפערס, און נײַע פראַגעס."

 – "איך שטרײַך אונטער: "נײַע ענטפערס, און נײַע פראַגעס", ניט ווײַל איך וויל חס ושלום אײַך אָפּנאַרן, אָדער ניט אַלץ דערצײלן. נאָר דערפאַר וואָס איך קען אײַך ניט אַלץ אַנטפּלעקן מיט אײן מאָל, און צוליב פאַרשײדענע אַנדערע סיבות."

 – "איך וואָלט פאַרגעשטעלט דעם ענין אַזוי: מיר לײענען יעדע וואָך אַ פּרשה פון דער תּורה. על-פּי-שׂכל, וואָלט גענוג געווען דאָס צו לײענען אײן מאָל און פאַרטיק (און מיר ווײסן אַלץ). פּונקט ווי ווען איר לײענט אַ בוך, אָדער אַ מעשׂה: אָפּגעלײענט און געענדיקט. – אָבער מיט דער תּורה איז עס ניט אַזוי, ווײַל די תּורה איז פאַרגליכן צו אַ לעבעדיקער נשמה. אין לעבן, למשל, איז ניט יעדע זאַך שוואַרץ און ווײַס. פאַראַן אַלערלײ נואַנסן און פאַרבן. פּונקט ווי אין לעבן וויברירט זיך, ענדערט זיך, און מע וואַקסט און צעוואַקסט זיך, פּונקט אַזוי איז מיטן אויסהערן און אַרײַנטיפן זיך אין דער תּורה..."

 – "דערפאַר חזרן מיר איבער די פּרשהס נאָכאַנאַנד, יאָר אײַן, יאָר אויס. און פאַרוואָס? ווײַל יעדעס מאָל וואָס מיר קוקן אַרײַן ווידער, לערנען מיר עפּעס נײַ, פאַרשטײען מיר אַ ביסל בעסער, געפינען מיר נײַעסן – סײַ נײַע פראַגעס, סײַ נײַע ענטפערס. אַזוי דאַרפט איר זיך אויך פירן, און אוודאי מיט מיר. איך האָב אַ סך אײַך צו דערצײלן. איך קען עס ניט טאָן אַלץ מיט אײן מאָל. האָט ניט מורא צו פרעגן. איך וועל אײַך ענטפערן. אָבער האָט אויך געדולד– ווײַל ניט אַלץ קען איצט אַנטפּלעקט ווערן."

 – "איר מוזט אומבאַדינגט אַקצעפּטירן, אַז אײַערע לעבנס האָבן זיך טאַקע געענדערט – און איך מײן, און איך בין איבערצײַגט, אַז אויף בעסער."

 – "איר וועט דאָ האָבן אַ פרײַהײַט וואָס איר האָט נאָר געקענט חלומען דערפון. איר וועט מער ניט דאַרפן מורא האָבן פון דעם לעבן, אָדער פון בײזע עלעמענטן אין לעבן. ניטאָ דאָ קײן עקספּלואַטאַציע (אויסנוצערײַ), ניט קײן שׂונאי-ישׂראל, ניט קײן רוצחים אָדער גנבים. אפילו ניט קײן ווילדע חיות, שלאַנגען, סכּנהדיקע פיש, צי פאַרסמטע פלאַנצן. דאָ איז כּמעט אַ גן-עדן לאַנד. עס ווענדט זיך איצט אין אײַך אַלײן, וואָס איר וועט טאָן מיט דעם, און ווי איר וועט זיך פירן."

 – "ווען איר האָט געאַרבעט ווי נײטאָרינס, האָט איר געהאַט איבער אײַך באַלעבאַטים. ניט אַלעמאָל זײַנען די אַרבעטס באַדינגונגען געווען גוטע (מישטײנס געזאָגט) – אָט זעט איר וואָס עס האָט מיט אײַך איצט פּאַסירט. איר האָט זיך אוודאי אָרגאַניזירט אויסצופאָדערן און אויסצוקעמפן בעסערע באַדינגונגען. ווער פון אײַך, למשל, איז געווען אַקטיוו אין דער אַרבעטער-באַוועגונג? נו, הײבט אויף אַ האַנט..."

 אַ צאָל מײדלעך הײבן אויף די הענט.

אײן מײדל שרײַט אויס און צײַגט אויף אַן אנדערער: "אָט איז מירל פּערלמאַן [16#] – זי האָט געהאָלפן אָרגאַניזירן דעם שטרײַק פון 1909..."

 – "איר געפינט זיך אָבער איצט אין נײַע באַדינגונגען. דאָ וועט איר אויך אַרבעטן, אָבער ניט דאַרפן שטרײַקן. איר קענט אויך ווײַטער זײַן אַקטיוו און פאַרזיכערן, אַז אַרבעטס-באַדינגונגען זאָלן זײַן יושרדיקע. פון דעסטוועגן, איז ניטאָ דאָ ווער עס זאָל אײַך אויסנוצן, עקספּלואַטירן. איר וועט אַלײן דאָ אָנפירן מיטן לעבן און מיט דער אַרבעט. איר וועט דאָ אַלײן זײַן די אָנפירערס, די אַדמיניסטראַטאָרן, – די באַלעבאַטים. עס קלינגט אפשר ווי אַ חלום, אָבער דאָס איז דער פּלאַן, וואָס צוזאַמען וועלן מיר פאַרווירקלעכן."

 – "געדענקט אָבער, אַז דאָ איז ניט קײן גן-עדן אין דעם זין וואו מע קען זיך דערלויבן זיצן אונטער אַ בוים, און אַראָפּרײַסן פרוכט ווען מ'איז הונגעריק – און אַזוי זיך פירן דעם גאַנצן לעבן. מיר וועלן דאַרפן אַרבעטן, אויב מיר ווילן עסן. יעדע פון אײַך וועט האָבן פאַרפליכטונגען. עס וועלן זײַן אָפיציעלע אַרבעטס-שעהן. מער אָדער ווײניקער, קען מען זיך רעכענען אויף אַ פיר-טאָגיקער אַרבעטס וואָך, מיט דרײַ טעג אָפּרו...ווידער, זאָג איך, מער אָדער ווײניקער, ווײַל אַלעמאָל איז דאַ וואָס צו טאָן. פונדעסטוועגן, וועט איר דאַרפן אַרבעטן אַרום 4 שעה אַ טאָג, און..."

 די מײדלעך הײבן אָן צו שושקען צווישן זיך:

– "דרײַ טעג אָפּרו? וואו איז געהערט אַזאַ זאַך.." זאָגט שרה ברײטמאַן [#4].

– "פיר שעה אַ טאָג אַרבעט? ... וואַרט... לאָמיר דאָס אויסרעכענען... 16 שעה אַ וואָך? איך פלעג אַרבעטן 16 שעה אַ טאָג... איז ער משוגע? וואָס וועלן מיר קענען אויפטאָן אין בלויז 16 שעה אַ וואָך?" זאָגט רײזל טשאַרנעס [#22].

 – "איך בעט אײַך, לאָזט רעדן," זאָגט דער פּאַסטעך, אַז דאָס שושקען ווערט שטאַרקער און מע קען ניט הערן ווי ער רעדט.

 – "דאָס איז בלויז דער אָנהײב. שפּעטער וועט איר אַרבעטן מערער, אָבער ניט ווי ביז איצט פאַרשקלאַפטערהײט. הערט זיך אײַן. עס זײַנען אַלעמאָל דאָ פאַרפליכטונגען וואָס לאָזן ניט רוען 24 שעה אין מעת-לעת, 7 טעג אַ וואָך. אָבער דאָס זײַנען אין סך-הכּל געזונטע און נאַטירלעכע פאַרפליכטונגען פון משפּחה, און פון סאָציאַלער-אינטעראַקציע. – איר וועט אַרבעטן סײַ פאַר זיך, און סײַ פאַרן כּלל – ניט אַזוי פאַר יענעמס גענוס, אַזוי ווי פאַר אײַער אײגענעם גענוס."

 – "אחוץ די אַרבעט שעהן, וועלן זײַן שעהן פון לימוד. ווער קען דאָ לײענען און שרײַבן?  ײִדיש? רוסיש? ענגליש? ווער פון אײַך קען דאַוונען פון אַ סידור, אָדער לײענען פון אַ חומש?..."

 – "ווער האָט דאָ געהאַט פאָרמעלע בילדונג אין אַ קינדער-שול? אין אַ גימנאַזיע, אָדער געהאַט העכערע בילדונג?"

 פאַרשײדענע מײדלעך הײבן אויף די הענט. די מערסטע, אָבער, ניט.

 – "דאָ וועל איך אײַך געבן די געלעגנהײט צו דערגאַנצן אײַער דערציאונג. דאָ וועט איר האָבן די געלעגנהײט צו וואַקסן. די וועלט פון וויסן איז אַ ברײטע: סײַ וועלטלעכן וויסן (מוזיק און קונסט, וועלט שפּראַכן און קולטורן, וועלט געשיכטע, וויסנשאַפטן, טעכנאָלאָגיע, און נאָך), און סײַ ײִדישן וויסן (תּורה, ײִדישער געשיכטע, הלכה, מנהגים בײַ ײִדן, ײִדישע מאכלים פון פאַרשײדענע לענדער, ײִדיש און העברעאיש שפּראַך און קולטור, און נאָך). איך וועל זיך טײלן מיט אײַך מיט מײַן וויסן, און דורך לײענען און אינטעראַקציע, וועט איר וואַקסן און ווערן בעסערע מענטשן און איר וועט קענען בײַטראָגן מער צו אונדזער קהילה, צו אונדזער גרויסער משפּחה, און מיט דער צײַט, צום ײִדישן פאָלק און צו דער מענטשהײט."

 – "אונדזער וועג וועט זײַן דער אויסגעפּרואווטער ײִדישער וועג פון הלכה, געקניפּט און געבונדן מיט אַ העכערן באַוואוסטזײַן, פאַרשטאַנד, אויסטײַטש און אָפּשײַ פאַר סאָציאַלע-ווערטן, פאַר מענטשן-רעכט, און אוודאי פאַר פרויען-רעכט. געדענקט, איר פרויען, זײַט דאָ די מערהײט. איך וועל טאַקע אָנווײַזן די ריכטונג. איך וועל אײַך העלפן פאָלגן דעם וועג, און זיך פירן ווי מע דאַרף, לויט דעם אויסגעפּרואווטן, דור-דורותדיקן ײִדישן וועג. אָבער איר וועט, אין דער ברײטערער סך-הכּל, דאָ אָנפירן. איר וועט זײַן די וואָס באַשטימען דעם גענויעם וועג וואָס וועט אונדז מאַכן פאַר בעסערע ײִדן און בעסערע מענטשן."

 – "מיר האָבן דאָ אַ גאָלדענע געלעגנהײט צו שאַפן אַ נײַע וועלט. אַנטשולדיקט. איך דאַרף דאָס בעסער פאַרמולירן אַזוי: איר האָט דאָ די גלענצענדע געלעגנהײט צו שאַפן אַ נײַע וועלט, און איך וועל אײַך העלפן מיט דעם. איך וועל אײַך אָפּהיטן און מוטיקן. איך וועל דינען ווי דער פּאַסטעך פון אײַך מיט אײַערע משפּחות."

 – "איך בין דער סאָרט מענטש וואָס איז אָפן, און דרײט ניט מיט די ווערטער, נאָר זאָגט גלײַך דעם אמת. וויל איך צוגעבן דאָס פאָלגנדיקס, און מיט דעם וועלן מיר דערווײַלע פאַרענדיקן. אָדער אפשר, בעסער געזאָגט, אָנהײבן: מיר זײַנען ײִדן, און וועלן זיך פירן לויט דעם ײִדישן וועג. צוליב די ספּעציעלע אומשטענדן, איז זיכער, אַז מיר וועלן מוזן אַדאַפּטירן (ד.ה. צופּאַסן) געוויסע מנהגים, דינים, און אפשר אויך הלכות צו די נײַע ווירקלעכעקײטן און אומשטענדן פון דעם נײַעם לעבן דאָ, ספּעציעל בנוגע דער ראָל פון דער פרוי אין ײִדישן לעבן."

 – "סאָציאַלע און מענטשלעכע רעכט וועט איר געפינען אומעטום אין ײִדישן לעבנסשטײגער, אין דער תּורה און אין דער הלכה. לײדער ווערט אַ וויכטיקע טײל פון דעם פאַרנאַכלעסיקט (אין גוטן פאַל), און פאַרקריפּלט, צי פאַרטײַטש מיטן טראָפּ אויף וואָס איז גוט פאַר מענער. פרויען האָבן לײדער ניט געהאַט די מעגלעכקײט צו טײלן זיך און ממילא מע זאָל זיך טײלן מיט זײ, ווי גלײַכע שותּפים אין ײִדישן לעבנסוועג. איך פאַרמינער ניט, חס-ושלום די ביז-איצטיקע ראָלע פון דער ײִדישער פרוי אין ײִדישן לעבן, אָבער עס איז ניט גענוג אַז די פרוי אין ײִדישן לעבן זאָל כּסדר האָבן געווען אין דער הינטערגרונט."

 – "צוזאַמען וועלן מיר דאָס גוט אויסשטודירן, און זען וואו און ווי אַזוי מיר מיט אונדזערע קינדער זאָלן קענען אויסבעסערן, אויסגלײַכן דעם ײִדישן וועג, און די ײִדישע פרויען וועלן שטײן גלײַך מיט די מענער, אויבנאָן אין דעם ײִדישן לעבנסשטײגער, און אפילו פירן דעם וועג."

 – "איך  האָב געזאָגט מיר... איך וועל דאָ זײַן אײַער וועג-ווײַזער, אײַער פּאַסטעך, אײַער פרײַנט און לערער און ברודער, און מאַן... יע איך בין דאָ דער אײן-און-אײנציקער מאַן, – אויב איר האָט עס ביז איצט ניט באַמערקט... און מיט דעם וועט איר אויך דאַרפן משלים זײַן..."

 דאָ צערעדן זיך ווידער די מײדלעך. עטלעכע אויפן קול:

 – "וואָס, ער זאָל זײַן מײַן מאַן? ער איז דאָך צו אַלט..." זאָגט צילע גאָלדין [#9].

 – "צו אַלט? ער איז גאָר ניט אַזוי אַלט. אָבער ער איז צו הויך..." זאָגט רבקה יודלמאַן [#18].

 – "און איך האָב דווקע ליב הויכע, אָבער ווער זאָגט אַז ער וואָלט דיר בכלל גענומען. פאַראַן דאָ שענערע מײדלעך..." ענטפערט איר שוועסטער לאה יודלמאַן [#19].

 – "ער איז צו נידעריק פאַר מיר. און ווער וואָלט מיר בכלל גענומען?..." זאָגט חנה לעווינסאָן [#12].

 – "פאַרשטײסט דאָך ניט, נאַרישע אײנע? ער וויל דאָך אַלעמען נעמען..." גיט צו פרײדל ווײַצמאַן [#28].

 – "מײדלעך, מײדלעך, איך בעט אײַך... עס זײַנען נאָך דאָ אַ סך זאַכן וואָס איך האָב אײַך צו דערצײלן, צו זאָגן, און זיך טײלן מיט אײַך. דאָס איז אָבער אויך ניט אַלץ – איר מוזט פאַרשטײן, אַז איך וויל זיך אויך עצהן מיט אײַך, הערן אײַערע מײנונגען, הערן פון אײַך וועגן אײַערע אײגענע דערפאַרונגען, נויטן, און חלומות. עס ווערט אָבער איצט גאַנץ שפּעט, און מיר זײַנען דאָך אַלע גאַנץ גוט פאַרמאַטערט און אָנגעשפּאַנט. מיר וועלן נאָך האָבן אַ סך געלעגנהײטן אַרומצורײדן אַלץ וואָס סע גלוסט אײַך. פונדעסטוועגן, דערלויבט מיר בלויז אויפקלערן נאָך אײנצעלנע ענינים וואָס איר מוזט וואָס פריער אָנהײבן צו פאַרשטײן און אַקצעפּטירן – מע זאָל ניט קומען שפּעטער מיט טענות: מע האָט אונדז ניט געזאָגט. מיר האָבן ניט געוואוסט. מיר האָבן ניט פאַרשטאַנען."

 – "מיר שטײען בײַ אַ גורלדיקער שײדוועג, בײַם פאַרלאָזן אײן סאָרט לעבן, און צילן צו טאָן דאָס וואָס קײנער האָט ביז אַהער ניט געטאָן, אפשר אפילו ניט געקענט חלומען פון אַזאַ סיטואַציע. פאָדערן זיך, דעריבער, אויך שטרענגע מיטלען כּדי דער דאָזיקער פּרואוו אונזערער, דער עקספּערימענט זאָל מצליח זײַן."

 – "אין די פּרשהס אין דער תּורה, וועט איר אָפט געפינען דערמאָנט דעם געדאַנק פון "שטראָף און לוין". טאָמער וועט איר זיך ניט פירן ווי עס דאַרף צו זײַן, לויט דעם ײִדישן וועג פון עטיק, יושר, און אמת. טאָמער וועט עמעצער פון אײַך זײַן אַ שטערונג פאַרן כּלל, קען מען דעם מענטשן צוריקשיקן... נײן, ניט חלילה צוריקשיקן, נאָר אַריבערשיקן אַנדערשוואו. — און דאָס וואָלט געווען די ערגסטע זאַך פאַר אונדז אַלעמען. מיר מוזן, דעריבער, זיך אַלע אויפפירן ריכטיק – למשל אָפּלערנען פון די מענטשלעכע פעלערן אין דער געשיכטע... געדענקט: אפילו אדמען און חוהן האָט מען אַרויסגעטריבן פון גן-עדן..."

 – "אויב, אָבער מיר וועלן גײן אויפן דרך הישר (ד.ה. זיך פירן גלײַך, יושרדיק) – און איך פאָדער פון אײַך פּונקט ווי פון זיך אַלײן יושר, גערעכטיקײט, און אמת – און טאַקע דער פולער אמת (אַ מענטש דאַרף ניט מורא האָבן פאַר דעם אמת, און צו זײַן אָפנהאַרציק) – וועלן מיר מצליח זײַן צו גײן פאַרויס, און וואַקסן און גאָר אַ סך דערגרײכן, פאַר אַ בעסערן לעבן, און רעאַליזירן אונדזערע טײַערסטע חלומות."

 דער פּאַסטעך מאַכט נאָך אַ פּאַוזע, קוקט זיך גוט אַרום. ער זעט דאָ יונגע ברויזנדיקע הערצער וואָס האָבן דעם פּאָטענציאַל צו קענען גובר זײַן די אַלע שוועריקײטן וואָס שטײען פאַר זײ אין וועג, אָבער וואָס קענען גלײַכצײַטיק אָפּפאַלן און ווערן צעשטערעריש אין דעם נײַעם פאַרמעסט, – וואו צופיל פרײַהײט קען זײ אויך פאַרפירן.

 פונדעסטוועגן איז ער זײער אָפּטימיסטיש – דווקע ווײַל דאָס זײַנען פרויען, מײנט ער אַז מיט זײ וועט ער קענען גוט אויסקומען.

 – "דעריבער, טרינק איך צו אײַך אַלעמען "לחײם". איך סאַלוטיר אײַך: – אַ געזונט און וואויל לעבן אויף אײַך. איר זאָלט אַלע ראוי זײַן צו ווערן די נײַע מלכּהס, פון אַ נײַעם אָנהײב."

 די מײדלעך ענטפערן אים אָבער ניט אָפּ "לחײם", נאָר בלײַבן לרוב פּאַסיוו. כּמעט אַלץ וואָס ער האָט זײ געזאָגט איז נאָך צו שווער פאַר זײ צו פאַרדײַען – צו פאַרשטײן.

 בײַם סוף פון דער רעלאַטיוו שטילער סעודה, צײַגט ער זײ אָן וואו זײ וועלן שלאָפן. ער קוט אַדורך זײַן רשימה, און מאַכט אויף גיך עטלעכע רעכענונגען:

– "דאָרט, איבער אַ בערגל זאַמד, ניט צו ווײַט און ניט צו נאָענט צום ברעג, שטײען געגרײטע 6 געצעלטן. איר דאַרפט צוגײן צו די געצעלטן לויט דעם פאָלגנדיקן סדר: די מײדלעך מיט די העמדער נומערירט 1-6, אין דער גרינער געצעלט, 7-12 אין דער רויטער געצעלט, 13-18 אין דער בלויער געצעלט, 19-24 אין דער געלער געצעלט, און 25-29 אין דער ברוינער געצעלט... אַלע וועלן זײַן צו 6 אין אַ געצעלט, אַ חוץ די לעצטע גרופּע וואָס וועט זײַן צו 5 אין זײער געצעלט. עס ליגן דאָרט אַ צאָל צוגעגרײטע שלאָף-זעק. נעמט וואָס איר דאַרפט, און די איבעריקע לאָזט אין דער זײַט. די געצעלטן זײַנען גרויסע. איר דאַרפט מיר פאַרשטײן און גלײבן, ווען איך זאָג דאָס אײַך, אַז איך האָב געוואָלט אַרויסראַטעווען נאָך מענטשן. איך האָב זיך געגרײט אויף דעם. איך בין אָבער ניט געווען גרײט פאַר דער גיכקײט און קראַפט פון דעם פרעכן גהינום-פײַער. איך בעט פון אײַך און פון די קרבנות מחילה..."

 דער פּאַסטעך לאָזט אַראָפּ אויף אַ ווײַלע זײַן קאָפּ. אַלע אַרום שווײַגן. דערנאָך רעדט ער ווײַטער.

 – "איך אַלײן וועל זײַן אין דער גרויסער גראָער געצעלט, דאָרט אין מיטן, צווישן דעם רויטן און דעם בלויען. טאָמער נײטיקט איר זיך אין עפּעס, – אפילו אין מיטן דער נאַכט, – שעמט אײַך ניט, און קומט צו מיר אַרײַן. איך וועל אײַך העלפן מיט וואָס איך קען."

 – "ווער עס וויל, אגב, קען אויך שלאָפן אונטער די שטערן. קײן חיות זײַנען דאָ ניטאָ, ווי איך האָב געזאָגט, און קײן אַנדערע מענטשן אויך ניט. אפילו קאָמאַרן וועט איר דאָ ניט געפינען. איר קענט רואיק שלאָפן אין דרויסן, אויף דער זאַמד."

 – "פון איצט אָן, דאַרפט איר מער קײן מורא ניט האָבן – מער קײן פּחד ניט האָבן."

 – "מירן איצט אָפּבענטשן און באַדאַנקען דעם אײבערשטן פאַר אונדזער מאָלצײַט, און פאַר אַלץ וואָס מיר האָבן, און מירן נאָך דעם אַלע גײן שלאָפן."

 מע בענטשט אָפּ צוזאַמען. מע רײניקט אָפּ די טישן, מאַכט סדר פון די כּלים. עטלעכע מײדלעך וואלונטירן צו וואַשן די טעלערס.

 מע גײט שלאָפן. דער פּאַסטעך איז דער לעצטער צו גײן.

                      *     *      *

 אין מיטן דער נאַכט הערט מען קוים דעם לײַכטן רײַבן פון געצעלט-שטאָף. אַ שאָטן, אַ סילועט פון אַ פּערזאָן, טײלט זיך אָּפּ פון דער טונקעלער אַרום, און דערנענטערט זיך צום געצעלט פון דעם פּאַסטעך. עס גײט אַרײַן, און קומט צו נאָענט צו וואו דער פּאַסטעך ליגט אין זײַן געצעלט.

 דער פּאַסטעך ליגט וואַך אין זײַן בעט, אָבער גיט דעם אָנשטעל אַז ער שלאָפט. ער הערט אַ שטילן כליפּען ווי פון אַ ווײנענדיק קינד. זײַן יעדער חוש איז ווי אָנגעצויגן, אָבער ער באַוועגט זיך ניט. ער מאַכט זיך תּמא-ווטא, אפילו ווען דער גוף לאָזט זיך אַראָפּ טײלווײַז אויף אים, און צווײ שווערע בריסט קוועטשן אויף אים פאַר אַ סעקונדע-צווײ. אין דער זעלבער מאָמענט פילט ער עטלעכע זאַכן מיט אײן מאָל: דעם הײסן אָטעם מיט דעם לײַכטן קוש אין זײַן קאָפּ, און אַ נאַסקײט פון עטלעכע טרערן וואָס קאַפּען אַראָפּ אויף אים. צו דעם, ווערט געשושקעט אַ גאָר שטילן "אַ-דאַנק" אין אַ מײדלשער קול, און באַלד ווערט די געשטאַלט נעלם.

 דער פּאַסטעך גיט שטיל אַ וויש אָפּ די נאַסקײט אויף זײַן פּנים, און דרײט זיך איבער אין אַ מער באַקוועמערער פּאָזיציע.

  "דאָס פאָדערט אַן אויספאָרשונג..." זאָגט ער צו זיך, "אָבער מאָרגן..." און ער ווערט באַלד אַנטשלאָפן.

*     *      *

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 2.2 פּלוצלונג: שטיל

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 2

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל