====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. 2011-2012. ה'תשע"א-ה'תשע"ב
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 6

6.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך:
- מיטוואָך, דעם 29סטן מערץ, 1911

"פּונקט װען איך האָב געמײנט, אַז איך גײ אױף דעם ריכטיקן װעג, און זאַכן הײבן זיך אָן אַ ביסל אײַנאָרדענען און אײַנשטילן, איז הײַנט אינדערפֿרי פֿאָרגעקומען אַ צװײטער אױפֿברױז. אין דער אמתן, האָב איך עס דערװאַרט, אָבער איך האָב געמײנט אַז אַזאַ זאַך קען געשען ערשט שפּעטער, לאו-דװקע איצט… פֿונדעסטװעגן, איז מסתּמא בעסער אַז עס איז װאָס פֿריִער פֿאָרגעקומען. איך מײן אױך, אַז דאָס װאָס עס איז פּונקט הײַנט געשען, קען פֿאָרט זײַן אַ מעלה, װײַל מאָרגן גײט זײַן אַ גאָר שװערער און גאַנץ גורלדיקער טאָג... איך האָף, אַז דער הײַנטיקער אָװנט-פּראָגראַם װאָס מיר האָבן אַדורכגעפֿירט האָט אַלעמען אַ ביסל אױפֿגעמונטערט. זײ װעלן דאָס דאַרפֿן אױף װײַטער..."

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

פאָרויס צו: 6.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

 פאָרויס צו: 6.2 פרי שטיק

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 6

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל