====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.7 סדר

צוריק צו: 3.6 אַנטוישונג און האָפענונג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

(14:00)

נאָכן עסן און אָפּבענטשן, רופֿט דער פּאַסטעך צונױף די פֿאָרשטײערינס פֿון די הײַזער. ער טרעפֿט זיך אַ שעה צײַט מיט זײ כּדי אױסצואַרבעטן אַ סדר-היום פֿאַר די קומענדיקע טעג. ער לײגט זײ פֿאָר אַ פאַרטיקן פּלאַן װאָס ניט יעדע אײנע אין קאָמיטעט איז מסכּים מיט אים. נאָך אַן אינטענסיװער דיסקוסיע מיט אױפֿקלערונגען זאָגט ער צו זײ אַזױ:

– "מיר קענען באַטראַכטן, אַרומרײדן, און איבערמאַכן דעם פּלאַן טױזנטער מאָל, און יעדן מאָל װעט עמעצער געפֿינען אין דעם עפּעס װאָס געפֿעלט זי ניט. אין תּוך גענומען, מוזט איר פֿאַרשטײן אַז ס'איז ניטאָ דאָ קײן אײַנגעקריצטער סדר-היום װאָס איר װעט מוזן אױפֿהיטן ביז טיף אין דער עלטער... מיר װעלן נאָך מאַכן ענדערונגען, און עס װעלן פֿון מאָל צו מאָל זײַן אױסנאַם-פֿאַלן װען מע װעט מוזן אױף אַ פּעריאָד פֿון אַ טאָג אָדער אַפֿילו אױף עטלעכע טעג דאַרפֿן ענדערן דעם פּלאַן. דאָס דאַרף פֿאַר אונדז דינען װי אַ מין שאַבלאָנע צו װאָס מיר װעלן פֿון צײַט צו צײַט צוגעגעבן צי ענדערן. – לאָמיר טאַקע דאָס פֿאָרשטעלן פֿאַר די אַנדערע, און אױסהערן זײערע מײנונגען."

(15:00)

דער פּאַסטעך זאַמלט אַלעמען צונױף. ער בעט אײנע פֿון די פֿאָרשטײערינס פֿאָרצושטעלן פֿאַר די איבעריקע דעם פּלאַן אױף מאָרגן, מאָנטיק. עס לײענט פֿאָר חנה שעכטערמאַן [#25]:

פון-ביז אַקטיוויטעט
06:30-06:00 אויפשטיין
07:30-06:30 פיזישע געניטונגען און זעלבסט-שוץ
09:00-07:30 דאַוונען און פרישטיק
13:00-09:00 אַרבעט: אויספּלאַנירן דעם שטעטל "בראשית", און אָנהייבן בויען די פאַרשיידענע געבײַדעס 
15:00-13:00 מיטאָג און אָפּרו-פּעריאָד
19:00-15:00 לימודים: ייִדיש שפּראַך און ליטעראַטור, תּורה און הלכה, מאַטעמאַטיק, וועלט געשיכטע + דאַוונען מינחה און מערב
21:00-19:00 אָוונט-ברויט מיט קולטור-פאַרווײַלערישער פּראָגראַם
00:00-21:00 המשך, קולטור-פאַרווײַלערישער פּראָגראַם/ פרײַ/ שלאָפן + ערשטע וואַך
03:00-00:00 צווייטע וואַך
06:00-03:00 דריטע וואַך

נאָך דעם װי חנה פֿאַרענדיקט פֿאָרשטעלן דעם טאָג-פּלאַן אױף מאָרגן, װענדט זיך דער פּאַסטעך צו די מײדלעך:

– "אַ דאַנק, חנה. דאָס איז דער פּלאַן אױף מאָרגן. יעדן אָװנט װעט מען אײַך לאָזן װיסן דעם טאָג-פּלאַן פֿון דעם װײַטערדיקן טאָג. אין געװיסע פֿאַלן, – למשל פֿאַר יום-טובֿ, אָדער צוליב אַן אַנדער ספּעציעלער סיבה, – װעט מען אײַך לאָזן װיסן עטלעכע טעג אין פֿאָרױס װעגן װאָס עס דאַרף פֿאָרקומען – איר זאָלט האָבן גענוג צײַט זיך צו קענען צוגרײטן. צי האָט עמעצער פֿראַגעס?"

– "יאָ," רופֿט זיך אײנע אָפּ. "איך הײס מאַשע לעװין [11#] – "צו װאָס דאַרף מען דאָ אַ װאַך? איר האָט דאָך געזאָגט אַז דאָ זײַנען מיר זיכער, אַז קײנער װעט אונדז ניט טשעפּען... װאָס איז? מיר קענען שױן ניט שלאָפֿן רואיק?"

– "אַ דאַנק, מאַשע פֿאַר דער פֿראַגע. די זאַך איז, אַז מיר װילן עס זאָל זײַן אַ װאַך, טאַקע כּדי אַלע זאָלן קענען שלאָפֿן רואיק. אַפֿילו װאָס מיר נעמען אָן, אַז קײן חיות צי שלעכטע מענטשן װאָס קענען אונדז װײ טאָן, זײַנען דאָ ניטאָ, דאַרפֿן מיר פֿון דעסטװעגן אַ װאַך פֿאַר אַנדערע סיבות. למשל, טאָמער עמעצער פֿילט זיך ניט גוט בײַנאַכט – קען מען צוקומען צו דער װאַך נאָך הילף. די װאָס זײַנען אױף דער װאַך װעלן מן הסתּם טאַקע זײַן װאַך – ניט האַלב פֿאַרשלאָפֿן, און װעלן קענען גלײַך באַדינען דעם ניט געזונטן מיט ערשטער-הילף, אָדער אײנע פֿון זײ קען קומען צו מיר צו לױפֿן נאָך הילף – מע מוז ניט פּונקט אַלאַרמירן און אױפֿװעקן אַלעמען, – די גאַנצע מחנה מענטשן."

– "אָדער טאָמער צינדט זיך עפּעס אונטער, חס-ושלום, בײַנאַכט, און עס קען זײַן אַ סכּנה פֿון אַ שׂריפה – װעט די װאַך זײַן גרײט צו רעאַגירן. און אפֿשר זײַנען פֿאַראַן נאָך סיבות ... אָבער לאָמיר זיך ניט צופֿיל אַרײַנטאָן אין דעם – די הױפּט סיבה פֿאַר דער װאַך איז טאַקע כּדי איר זאָלט זיך פֿילן זיכער, און אַז איר זאָלט טאַקע קענען רואיק שלאָפֿן בײַנאַכט. אונדזער מאָטאָ, אונדזער ציל, מוז תּמיד זײַן: מער קײן פּחד ניט!"

דער פּאַסטעך נעמט אַרױס אַ קעשענע-זײגער װאָס הענגט אױף אַ קײטל, און קוקט אין אים אַרײַן.

– "איך זע אַז עס איז אַרום האַלב נאָך דרײַ. איר זײַט פֿרײַ צו פֿאַרברענגען װי עס גלוסט אײַך, ביז אַזײגער 6 אין אָװנט, װען מיר װעלן עסן אָװנט-ברױט, און נאָך דעם װעלן מיר פּרובירן אײנע מיט דער אַנדערער זיך בעסער באַקענען."

************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.6 אַנטוישונג און האָפענונג

פאָרויס צו אַ פראַגמענט פונעם ליד: 3.8 אַ בריוועלע דער מאַמען

פאָרויס צו: 3.8 אַ בריוועלע... דעם אייניקל

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל