====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.6 אַנטוישונג און האָפענונג

צוריק צו: 3.5 אַנטפּלעקונג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

(10:30)

נאָך דעם װי עס גײען אַרױס מינדל מיט די מײדלעך פֿון דער גרינער הױז, קומען אַרײַן די מײדלעך פֿון דער געלער הױז.

אַזױ פֿאַרברענגען זײ דעם פֿרימאָרגן.

דאָ, שמירט ער אױס אַן אָפּגעבריט האַנט אָדער אָרעם, דאָ אַ באַנדאַזש אױף דעם פֿוס פֿון אײנע װאָס האָט אַ ביסל אױסגעדרײט דעם פֿיסל, און זי הינגט. אײנע האָט צעקלאַפּט זיך אין פּנים, און אַ קלײן שניט מטפּל געווען. ער מעסט אױך זײער אָטעמען, צו פּרובירן זען צי זײ האָבן חלילה ניט געליטן פֿון אײַנאָטעמען די רױך פֿונעם נעכטיקן פֿײַער.

די מײדלעך פֿאַרענדיקן די אונטערזוכונג, קלײַבן פֿאַר זיך אױס קלײדונג, און גײען צוריק צו די אַנדערע.

(11:15)

װען די בלױע הױז קומט אָן, בעט פֿרױ לײזער ראָזענצװײַג /חיה גרין [#17] זיך זען באַזונדער מיטן פּאַסטעך. ער פֿאַרענדיקט מיט די אַנדערע, און שיקט זײ אָפּזוכן פֿאַר זיך נײַע קלײדער.

–"נו, חיה, װאָס װילסטו מיר עפּעס דערצײלן?"

–"איך הײס... נו גוט, זאָל זײַן חיה... איך קען בשום אופֿן מער ניט שלאָפֿן אױף דר'ערד. איך בין שױן ניט קײן יונגע. עס טוט מיר װײ אין רוקן. עס איז מיר שװער זיך אָראָפּצובײגן אַזױ נידעריק און װידער דאַרפֿן אױפֿשטײן. עס איז ניט באַקװעם. װאָס גײסטו טאָן צו העלפֿן מיר? דאָס קען ניט אָנגײן װײַטער אַזױ. איך װעל אײן טאָג זיך אַװעקלײגן און װעסט שױן זען – איך װעל שױן ניט אױפֿשטײן. װי קען מען זיך פֿירן אַזױ צו אַן עלטערער פֿרױ? װאו איז דרך-ארץ? אין מײַן צײַט..."

–"שאַ, באַרואיק זיך, חיה. איך בעט דיר. דײַן בלוט-דרוק װעט שטײַגן. יעדע אײנע װעט באַקומען איר אײגן בעט. עס װעט אָבער געדױערן אַ פּאָר טעג. װעסט דאַרפֿן האָבן געדולד...."

–"װאָס פֿאַראַ געדולד? װען געדולד?... דו מוזט גלײַך געפֿינען אַ לײזונג. דו האָסט מיר געבראַכט אַהער – דו דאַרפֿסט מיר באַזאָרגן. אין מײַנע יאָרן, איז ניטאָ אַזאַ זאַך װי געדולד..."

–"אין דײַנע יאָרן? װי אַלט ביסטו?"

–"אַכט און דרײַסיק".

–"סך-הכּל אַכט און דרײַסיק? דאָס איז גאָר ניט אַלט. קענסט נאָך האָבן קינדער."

–"נײן, איך קען ניט..."

–"דו קענסט ניט, צי דו װילסט ניט? װי לאַנג ביסטו געװען מיט דײַן מאַן? װי לאַנג װאָס דו ביסט אַן אַלמנה?"

–"איך קען ניט האָבן קײן קינדער. איך האָב אַזױ שטאַרק געװאָלט... איך האָב חתונה געהאַט מיט מײַן לײזערן װען איך בין אַלט געװען 17 יאָר. איך האָב געהאַט אַזעלכע גראַנדיעזע חלומות פֿון אַ גרױסער משפּחה. אַפֿילו אײן מאָל ניט שװאַנגער געװאָרן... געװען מיט אים גאַנצע 10 יאָר, װען ער איז געשטאָרבן פֿון אַ שװערער פֿאַרקילונג און דיפֿטעריט. געװען אים געטרײַ ביז דעם הײַנטיקן טאָג..."

–"עס טוט מיר לײד, חיה. אָבער װעגן דעם בעט, האָב איך פֿאַר דיר אַ צײַטװײַליקע לײזונג. דו קענסט שלאָפֿן אין מײַן בעט."

–"אין דײַן בעט...?" װערט חיהס קול העכער, און זי הײבט זיך אָן פאַררױטלען.

–"... און װאו װעסטו זײַן?" פרעגט זי ווײַטער.

–"מיר קענען זיך טײלן. עס איז אַ גרױסער בעט..."

חיה װערט נאָך רױטער אין פּנים.

–"איך זאָג דאָס װי אַ װיץ... כאָטש אַ האַלבער װיץ, װײַל אין גיכן װעלן מיר זיך טאַקע טײלן מיט דעם בעט, חיה. און װאָס שײך קינדער – מירן זען... װעסט פּשוט דאַרפֿן אַרבעטן שװערער פֿאַר דעם. דאָס אַלץ...."

–" דו מאַכסט פֿון מיר חוזק, אין מײַן עלטער...? כאָטש איך האָב אַמאָל געטראַכט צו אַדאָפּטירן, איך בין גרײט דאָ צו העלפֿן די אַנדערע מײדלעך מיט זײערע קינדער."

–"אַזױ, צי אַזױ, חיה. איך זאָג דיר צו אַז דו װעסט האָבן קינדער. האָב צו מיר צוטרױ. אַרבעט מיט מיר. װעסט אַ סך דערגרײכן. איצט לאָמיר ענדיקן די אונטערזוכונג. מיר האָבן אַלע נאָך אַ סך װאָס צו טאָן."

װען ער ענדיקט מיט חיהן, און אױך מיטן פֿאַרנאָטירן װעלכע קלײדער עס האָבן גענומען די מײדלעך פֿון דער בלױער הױז, קומען אַרײַן די מײדלעך פֿון דער רױטער הױז, די #7-12.

דער פּאַסטעך דערגאַנצט אַלע אונטערזוכונגען, און זיצט בײַ זײַן קאָמפּיוטער, מאַכנדיק אױף גיך אַ מין סך-הכּל: די מײדן זײַנען אין אַ נישט קײן שלעכטער צושטאַנד. זײ זײַנען אין אַלגעמײן געזונט. צװײ פֿון זײ זײַנען שװאַנגער (– אײנע, ליבע סאָבאָל [#21] װאָס האָט ניט לאַנג צוריק חתונה געהאַט איז שװאַנגער פֿון איר אײגענעם מאַן. די צװײטע מינדל אײדלשטײן [#2] פֿון דער שרעקלעכער פאַרגװאַלדיקונג).

דער פּאַסטעך גײט אַרױס צו די מײדלעך װאָס װײַלן זיך מיט די פּילקעס, שפּילן, און נאָך. אַנדערע זיצן און רײדן, אײניקע זיצן און לײענען. ער זאַמלט צונױף די אַלגעמײנע פֿרעג-בױגנס װאָס ער װעט שפּעטער, אין אָװנט, מיט זײ צוזאַמען אַדורכגײן.

(13:00)

זײ גײען עסן מיטאָג.

*************************************************************** 

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.5 אַנטפּלעקונג

פאָרויס צו: 3.7 סדר

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל