====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.8 אַ בריוועלע ... דעם אייניקל

צוריק צו: 3.7 סדר

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "אַ בריוועלע דער מאַמען"

********

(18:00)

עס קומען זיך אַלע צונױף אױף דער מאָלצײַט און דעם אָװנט פּראָגראַם. אַלע זעצן זיך אַװעק בײַ די טישן, און דער פּאַסטעך הײבט אָן רעדן:

– "טײַערע, מײַנע, איך האָף אַז איר האָט זיך אַ ביסל אױסגערוט, אױף יעדנפאַל, אַ ביסל הנאה געהאַט פֿון דעם איבעררײַס פֿון ניט דאַרפֿן אַרבעטן. אײדער מיר נעמען זיך צו די מאכלים, – צו דעם עסן, – עטלעכע פֿאָרמאַליטעטן."

– "קודם-כּל, װי איר האָט עס געזען בעת די ביז-איצטיקע מאָלצײַטן, האָבן מיר געגעסן לײַכטע זאַכן: אינדערפֿרי, אײער און מילכיקס, און שפּעטער, מיטאָג-צײַט, ברױט מיט װאורשט מיט גרינסן. הײַנט אָװנט, װעט זײַן אַ װאַרעמע זופּ, און אױך פֿיש. איך מוז אָבער מודה זײַן, אַז איך קען זיך ניט פֿאַרנעמען מיט אַלצדינג, און איך בעט עטלעכע װאָלונטערן װאָס קענען קאָכן, זיך אַ נעם טאָן צו דעם, אַניט װעלן מיר אַלע גיך פֿאַרלירן װאָגכאָטש פֿאַר אײניקע פֿון אונדז, װאָלט עס ניט געװען קײן שלעכטער געדאַנק... טאָ װער װיל אַרױסהעלפֿן מיטן קאָכן און צוגרײטן די מאָלצײַטן?"

קײנער הײבט ניט אױף די האַנט. אַלע בלײַבן שטום.

– "נו, שפּרינגט ניט אַלע מיט אַ מאָל..." זאָגט דער פּאַסטעך סאַרקאַסטיש, ניט אַ ביסל אַנטױשט. "הערט זיך אײַן: איר דאַרפֿט ניט כּסדר און נאָכאַנאַנד קאָכן. אמת, מע דאַרף דאָ צוגרײטן מאָלצײַטן פֿאַר 30 מענטשן, אָבער עס איז גענוג, אַז צו יעדער מאָלצײַט זאַָלן זײַן צו צװײ ביז דרײַ מײדן, װאָס זאָלן זײַן פֿאַראַנטװאָרטלעך דערפֿאַר. אַזױ װי קײנער האָט נאָך ניט װאָלונטירט, װעל איך דעריבער בעטן די הױז פֿאָרשטײערינס זיך צו פֿאַרנעמען מיט דעם. איך דאַרף אָבער אײנע זאַל זײַן פֿאַראַנטװאָרטלעך אין אַלגעמײן, און פֿאַרזיכערן, אַז עמעצער פֿאַרנעמט זיך טאַקע מיט יעדער מאָלצײַט. פֿאַראַן עמעצער װאָס איז גרײט דאָס צו טאָן?"

דער פּאַסטעך קוקט זיך אַרום, אָבער קײנער הײבט ניט אױף די האַנט. אַלע זיצן שטום.

– "נו, דאַרף איך אַלײן באַשטימען?" און ער קוקט װידער אױף זײ, אַ ביסל שטרענגער.

פֿון צװישן די טישן, זעט ער װי עס שטעקט קױם אַרױס אַ הענטל.

– "װער איז דאָס? איך זע ניט. שטײ בעסער אױף, און זאָג װי דו הײסט, און װאָס דײַן נומער איז, װײַל איך קען דאָך נאָך ניט אַלע אײַערע נעמען."

עס שטײט פּאַמעלעך אױף אַ יונג מײדל, אַ גאַנץ דיקלעכע, מיט אַ פֿולער גוף.

– "איך... איך הײס נחמה ראָזענצװײַג," זאָגט זי שטילערהײט און פאַררױטלט זיך. זי זעצט זיך גיך אַנידער. איר חבֿרטע ציט איר בײַם אַרבל און שושקעט איר עפּעס אין אױער אַרײַן.

זי שטײט װידער אױף און זאָגט "נומער 20", און בלײַבט שטײן.

– "אַ דאַנק, נחמה. דו קענסט זיצן."

נחמה פאַררױטלט זיך װידער, און זעצט זיך גלײַך צוריק אױפֿן אָרט. פֿון אַן אַנדער טיש הערט מען װי עס צערײדן זיך עטלעכע מײדן און עס הײבט זיך אַן אַ מונדלעכער קריג צװישן די מײדלעך פֿון די צװײ טישן.

– "איך בעט אַלעמען זיך אײַנשטילן, מיר האָבן נאָך אַ סך צו טאָן הײַנט אָװנט," זאָגט דער פּאַסטעך.

עס װערט שטילער, אָבער ניט אינגאַנצן שטיל.

– "איך װיל איצט אַנאָנסירן די מײדלעך װאָס װעלן שטײן הײַנט בײַנאַכט אױף דער װאַך. איך האָב שױן געמאַכט אַ פּלאַן, און יעדן אָװנט װעלן אַנדערע מײדן דאָס אַדורכפֿירן. װי געזאָגט, װעט יעדע װאַך באַשטײן פֿון 2 מײדן װאָס װעלן זיך אַרומדרײען, דאָס הײסט, אַרומשפּאַצירן במשך פֿון דרײַ שעה. דאָס װעלן זײַן 2 מײדן פֿון אַ הױז, און נאָך די דרײַ שעה, דאַרפֿן זײ גײן אױפֿװעקן די װײַטערדיקע 2 מײדן פֿון דער אַנדער הױז. הײַנט בײַנאַכט װעלן די פֿאָלגנדיקע מײדן זײַן אױף דער װאַך:

װאַך#1, פֿון 9:00 אָװנט, ביז האַלבע נאַכטפֿאַר דער גרינער הױז:

– מינדל אײדלשטײן [#2] און גיטל גערשנזאָן [#3].

װאַך#2, פֿון האַלבע נאַכט, ביז 3:00 אין דער פֿריפֿאַר דער רױטער הױז:

– חנה דיכטער [#7] און מלכּה געגערמאַן [#8].

װאַך#3, פֿון 3:00 אין דער פֿרי ביז 6:00 אין דער פֿריפֿאַר דער בלױער הױז:

– אײדל יאַקאָבזאָן [#13] און חנה אַלטמאַן [#14].

– "גוט? טאָ לאָמיר זיך װאַשן און זיך אַ נעם טאָן צו די צוגעגרײטע מאכלים. נאָך דעם װעלן מיר אַדורכפֿירן אַ מין פאַרװײַלונגס-פּראָגראַם, װאָס איך װעל אײַך גלײַך נאָכן עסן פֿאָרשטעלן. מיט אַ גוטן אַפּעטיט."

זײ װאַשן זיך. דער פּאַסטעך מאַכט דעם המוציא. דער אָװנט-ברױט גײט אַדורך רעלאַטיװ אָן קײן פּראָבלעם, נאָר װאו מע האָט אָנגעהױבן קריטיקירן די זופּ, אַז זי איז ניט גענוג הײס, און אַז זי איז צו הײס... צו געזאַלצן, און ניט גענוג געזאַלצן...

נאָכן האָבן אָפּגעגעסן און געבענטשט, רופֿט זיך אָפּ דער פּאַסטעך צו די אָנגעזאַמלטע מײדן:

– "דער הײַנטיקער פאַרװײַלונגס-פּראָגראַם איז געװידמעט אײַך: איר זאָלט זיך בעסער באַקענען. איך בין זיכער, אַז כאָטש די מערסטע פֿון אײַך קענען זיך אױבערפלעכטלעך, דער עיקר בעת דער אַרבעט, האָט איר זיך מן-הסתּם װײניק באַקענט פּערזענלעך (למשל, אײַערע פֿאַרשײדענע אינטערעסן און קענטשאַפֿטן, און אַזױ װײַטער). הײַנט װעט איר קענען זיך פֿאָרשטעלן, באַזירט אױף די פֿרעג-בױגנס װאָס זײַנען בײַטאָג אױסגעפֿילט געװאָרן. אַזױ װי איר װעט דאָ דאַרפֿן פֿאַרברענגען אַ סך יאָרן צוזאַמען, איז כּדאַי איר זאָלט װאָס פֿריִער אָנהײבן זיך בעסער צו באַקענען."

– "פֿאַרװאָס דאַרפֿן מיר דאָ זײַן אַ סך יאָרן? מיר געפֿעלט בכלל ניט דעם אָרט, און נאָך װײניקער אײַער כּסדר דערמאָנען אונדז אַז מיר דאַרפֿן דאָ פֿאַרבלײַבן. איך װיל דאָ ניט זײַן. איך האָב װאָס צו טאָן אין דער הײם, אין ניו-יאָרק." רופֿט זיך אָפּ אײנע, אױף אַ הױכן קול.

– "איך בעט דיר: בארואיק זיך. װי רופֿט מען דיר, און װאָס איז דײַן נומער? איך װעל באַלד ענטפֿערן."

– "מאַשע לעװין, נומער 11."

– "אַ דאַנק, מאַשע. איך װײס אַז עס איז דיר נאָך שװער צו באַנעמען דאָס, און איך װעל עס איבערחזרן װיפֿל מאָל מע װעט דאַרפֿן. איך בין אַ מענטש מיט אַ סך געדולד און מיט אַ װאַרעם האַרץ. גיט מיר אַ ביסל צײַט, װעט איר זיך בעסער באַקענען מיט מיר, און איר װעט פֿאַרשטײן אַז איך װיל בלױז העלפֿן... די זאַך איז אַזאַ: נאָך דעם װי איך האָב אײַך אַרױסגעראַטעװעט פֿון דעם טראַגישן פֿײַער אינעם טרײַענגל סװעטשאַפּ, זײַט איר פֿאַר אײַער פֿריִערדיקער װעלט גערעכנט פֿאַר טױטע. פֿאַר אײַערע משפּחות, פֿרײַנד און באַקאַנטע װערט איר פֿאַררעכנט פֿאַר מער ניט צװישן די לעבעדיקע. פֿאַר אײַך איז ניטאָ מער קײן װעג צוריק צו אײַער פֿריִערדיקן לעבן. דאָ, דאַקעגן, װעט איר קענען אױפֿשטעלן אַ נײַעם לעבן. און איך האָף אַ בעסערן...."

– "איר האַלט אונדז דאָ װי פֿאַרשקלאַפֿטע." רופֿט זיך װידער אָפּ מאַשע. עס צערעדן זיך װידער די אַנדערע מײדלעך: "אפֿשר װילן מיר דאָ ניט זײַן?", "יאָ, אפֿשר פּאַסט דער אָרט ניט פֿאַר אונדז?", "װער גיט אײַך אַ רעכט צו זאָגן אונדז װי זיך צו פֿירן, און װאָס צו טאָן, און װי צו לעבן?"

– "איך מוז דיר דערמאָנען מאַשע, און אײגנטלעך אײַך אַלעמען, אַז איר האָט יע אַ ברירה. קײן זאַך איז דאָ ניט פֿאַרחתמעט אין שטײן. קודם-כּל, גיב איך אײַך אַלעמען צו אײן װאָך – ביז מוצאי שבת – צו באַשטימען צי איר װילט דאָ בלײַבן, אָדער צי איך זאָל אײַך אַריבערפֿירן אין אַן אַנדער אָרט. און טאָמער אַפֿילו איר באַשטימט צו בלײַבן, װעט איר װידער קענען – אין אַ יאָר אַרום, – באַשטימען צי בלײַבן, צי אַװעקגעשיקט װערן (אין אַ זיכערן אָרט – אױף װי װײַט עס איז מעגלעך אַז יענע ערטער זאַלן זײַן זיכער). אַלע קינדער װאָס װערן דאָ געבױרן, אָבער, װעלן דאָ פֿאַרבלײַבן, אַ חוץ פֿאַר... " און ער קוקט אַרײַן אין זײַן רשימה. "אַ חוץ פֿאַר ליבע סאָבאָל [#21] װאָס איז אַהער געקומען אַ שװאַנגערע. זי װעט קענען פֿאַרלאָזן, אױב זי װיל, און מיטנעמען איר קינד."

– "צי איז דאָס איצט קלאָר?" פֿרעגט ער זײ, און קוקט זיך אַרום צי עמעצער װיל נאָך עפּעס צוגעבן אָדער פֿרעגן. קײנער מאַכט ניט קײן סימן אַז זי װיל זיך אױסדריקן, רעדט ער װײַטער:

– "און כּדי מיר זאָלן דאָ טאַקע קענען לעבן צוזאַמען און אױפֿשטעלן אַ נײַעם לעבן, דאַרפֿן מיר האָבן געדולד און פֿאַרשטאַנד פֿאַר אונדזערע מיטװאױנערס. און טאַקע צוליב דעם, פֿירן מיר אַדורך דעם הײַנטיקן פּראָגראַם – איר זאָלט זיך בעסער באַקענען מיט די מענטשן װאָס איר װעט דאַרפֿן מיט זײ מיטלעבן. און אין אײַנקלאַנג מיט דעם, װאָלט איך געװאָלט, מיט אײַער דערלױבעניש, זיך אױף אַ מינוט-צװײ אָפּשטעלן און אױפֿקלערן פֿאַר אײַערע צװײ חבֿרטעס, די דעל-מאָנטע קוזינעס (װאָס איר האָט זײ פֿריִער געקענט װי די בערגמאַנס), דאָס װאָס איך האָב דאָ געזאָגט. זײ קענען כּמעט ניט קײן ייִדיש, װעל איך זײ אױפֿקלערן אױף איטאַליעניש."

דער פּאַסטעך רעדט מיט די צװײ שײנע קוזינעס, און זײ ענטפֿערן אים און שטעלן אים אױך פֿראַגעס. אין אַ געװיסן מאָמענט פאַררױטלט זיך די ייִנגערע, װעראָניקא, און די עלטערע, לוטשיאַנאַ צעלאַכט זיך הױך אױפֿן קול.

דערװײַלע שושקען צװישן זיך די מײדלעך בײַ אײן טיש:

– "אױ, ער קען איטאַליעניש? איך האָב גאָרניט געװאוסט," זאָגט חנה דיכטער [#7] צו רבֿקה יודלמאַן [#18] װאָס זיצן בײַ אײן טיש.

– "נאַרישע, אײנע," רופֿט זיך אָפּ חיה גרין [#17] װאָס זיצט מיט זײ. "מיר װײסן דאָך כּמעט גאָרניט װעגן אים. ערשט נעכטן זיך באַקענט..."

– "און איך פֿיל, װי איך האָב אים געקענט מײַן גאַנץ לעבן..." זאָגט שטילערהײט נחמה ראָזענצװײַג [#20].

– "אױ, דו, מיט דײַנע נאַרישע חלומות." רופֿט זיך אָפּ די אַנדערע צװילינג לאה יודלמאַן [#19]. "װיפֿל מאָל האָסטו מיר דערצײלט, אַז "דאָס איז עס"... "איך האָב אים געפֿונען", אָדער "דאָס מוז זײַן מײַן באַשערטער"..."

– "אָבער דאָס מאָל, זעט אױס, אַז קײן אַנדערער װעט שױן ניט זײַן..." רופֿט זיך אָפּ װידער חיה גרין [#17].

דערװײַלע האָט דער פּאַסטעך פֿאַרענדיקט רײדן מיט די דעל-מאָנטעס, און ער װענדט זיך װידער צו אַלעמען:

– "איך אַנטשטולדיק זיך װידער, אָבער מיר מוזן אָפּגעבן אַ ביסל דרך-ארץ, און מיט געדולד באַהאַנדלען די װאָס קענען שװאַכער פֿאַר אונדז. טאָ לאָמיר איצט זיך אַ נעם טאָן צום פּראָגראַם. איך האָב דאָ די אַלגעמײנע פֿרעג-בױגנס װאָס מיר האָבן בײַטאָג אױסגעפֿילט. איך האָב נאַָר אױף גיך אַדורכגעבלעטערט, כּדי צו באַקומען אַן אַלגעמײנעם איבערבליק אױף אײַך. אָבער לאָמיר דאָס איצט טאָן צוזאַמען."

– "איך װאָלט געװאָלט, אַז מיר זאָלן זיך אַלע באַקענען בעסער, אײנע מיט דער אַנדערער. איך מײן אױך, אַז לױט די אינפֿאָרמאַציעס, װעלן מיר אױך זען װאו און װי אַזױ צום בעסטן צופּאַסן אײַך צו ספּעציפֿישע פֿאַראַנטװאָרטלעכקײטן און אױפֿגאַבעס. איך װעל בעטן יעדע אײנע פֿאָרצולײענען, אױפֿן קול, הײסט עס, געװיסע טײלן פֿון װאָס זי האָט אָנגעשריבן. מיר דאַרפֿן דאָ ניט האַלטן קײן סודות – מיר דאַרפֿן זיך דאָ פֿילן װי אײן משפּחה. פֿאַר די װאָס עס איז זײ שװער צו לײענען, קענען זײ בעטן בײַ אַ חבֿרטע, זי זאָל לײענען פֿאַר איר."

–"אַזױ װי איר זאָלט ניט מײנען אַז איך האָב אַלײן באַשטימט מיט װעמען אָנהײבן, װעל איך דאָ אױסמישן די זײַטן, און בעטן בײַ מאַשען, זי זאָל דאָ אַרױסציִען אַ בלאַט. און מיט דעם װעלן מיר אָנהײבן."

ער גײט צו צו מאַשען, און זי ציט צופֿעליק אַרױס איר אײגענעם בלאַט, און פאַררױטלט זיך. זי לײגט עס גיך צוריק און ציט אַרױס שׂרה ברײטמאַנס [#4] בלאַט.

– "נו שׂרה, זײַ אַזױ גוט, קום אַרױף און דערצײל אונדז װאָס דו האָסט געשריבן. קענסט לײענען דירעקט פֿון דעם פֿרעג-בױגן. איך בין זיכער אַז עס װעט זײַן פֿאַר אַלעמען אינטערעסאַנט. נאָך דעם װעלן מיר הערן פֿון אַנדערע."

– "נו. גוט," זאָגט שׂרה, און שטײט אױף פֿאַר אַלעמען.

– "קום שטײ דאָ, פֿון פֿאָרנט, שׂרה, און שטעל זיך פֿאָר פֿאַר אַלעמען: זאָג אונדז װי דו הײסט, װי אַלט דו ביסט, און פֿון װאַנען דו קומסט." זאָגט דער פּאַסטעך, און זעצט זיך אַװעק אין דער זײַט.

– "איך הײס שׂרה ברײטמאַן, און בין 21 יאָר אַלט. איך בין אַ נײטאָרין, און װאױן אױף דער איסט-סײַד, װי די מערסטע פֿון אײַך."

– "ניט דאָס האָב איך געמײנט, נאָר װאו דו ביסט געבױרן געװאָרן, אָדער בעסער נאָך: װאו דו ביסט אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן, אײדער דו ביסט געקומען קײן אַמעריקע," רײַסט איר איבער דער פּאַסטעך.

– "אַָ, איך האָב עס ניט אָנגעגעבן װײַל עס שטײט ניט אױף דער פֿראַגע-בױגן. איך װעל עס דערנאָך צושרײַבן... איך בין געבױרן געװאָרן אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון קיִעװ, אָבער די עלטערן האָבן באַלד נאָך מײַן געבױרן װערן פֿאַרלאָזט קיִעװ, און אַװעק קײן לעטלאַנד זוכן אַרבעט, װײַל מע האָט זײ צוגעזאָגט דאָרט גוטע מעגלעכקײטן. ס'איז אָבער געװען פֿאַר זײ זײער שװער זיך אױסצוהאַלטן אין יענע אומשטענדן. מײַן פֿאָטער איז נאָך עטלעכע יאָר קראַנק געװאָרן און אַװעק אין ליכטיקן גן-עדן, און מײַן מאַמע איז געבליבן אַלײן מיט מיר און נאָך 3 קלענערע שװעסטערלעך. זי האָט שװער געאַרבעט און אַלײן געקרענקט, ביז איר ברודער אין אַמעריקע האָט פֿאַר אונדז אײַנגעאָרדנט פֿאָר-דערלױבענישן, און מע האָט באַלד פֿאַרלאָזט אײראָפּע און אָנגעקומען אין אַמעריקע אין 1898. איך בין דעמאָלט געװען 8 יאָר אַלט... זאָל איך דערצײלן נאָך? נײן? גוט, איך גײ צוריק צום בױגן..."

– "מע פֿרעגט דאָ װעגן שװימען. איך האָב ניט ליב צו שװימען. בעסער געזאָגט, איך האָב קײנמאָל ניט געהאַט די געלעגנהײט צו לערנען, דערפֿאַר האָב איך מורא פֿאַר דער װאַסער. זײַענדיק די גרױסע שװעסטער אין דער משפּחה, און מיט אַ קראַנקער מאַמע, האָב איך אַלעמאָל באַדאַרפֿט זיך זאָרגן פֿאַר זײ. די אַלע פֿאַראַנטװאָרטלעכקײטן, און אַװדאי די לאַנגע שעהן פֿון דער אַרבעט אין סװעטשאַפּ האָבן מיר זעלטן געגעבן אַ מעגלעכקײט זיך צו פֿאַרנעמען מיט אײגענע פֿאַרגעניגנס. דער עול פֿון אַחריות פֿאַר דער משפּחה איז תּמיד געפֿאַלן אױף מיר. װער האָט דען געהאַט צײַט אױף פֿאַרװײַלונג און שװימען?..."

דער פּאַסטעך האַלט איר אָפּ: "אָט זעט איר, דורכן באַקענען זיך אױף אַזאַ אופֿן, װעט איר אױך װיסן װאָס יעדע אײנע פֿון אײַך קען, אָדער קען ניט. שׂרה, למשל, קען ניט שװימען. מיר האָבן דאָ אַזאַ שײנע פּלאַזשע, מיט אײַנגענעם װאַרעמע װאַסער. עס װאָלט געװען טאַקע אַ שאָד ניט הנאה צו האָבן פֿון דעם. אפֿשר װיל עמעצער װאָס קען יע שװימען, זיך אונטערנעמען צו לערנען איר? אָט למשל, האָב איך געזען װי לוטשיאַנאַ און װעראָניקאַ נעמען זיך צום װאַסער װי געבױרענע קאַטשקעסאפֿשר װעלן זײ נעמען צום האַרצן, און װעלן העלפֿן אױסלערנען די אַלע װאָס קענען ניט שװימען?" די צװײ דעל-מאָנטעס שפּיצן אָן די אױערן װען זײ דערהערן אַז מע דערמאָנט זײערע נעמען. זײ פֿאַרשטײען קױם װאָס מע רעדט. דער פּאַסטעך זעצט באַלד איבער פֿאַר זײ אױף איטאַליעניש, און זײ זײַנען מסכּים צו העלפֿן.

– "שׂרה, װאַרט אַ מינוט, אײדער דו גײסט װײַטער," רײַסט איר איצט איבער זיסע װײַנבערג [#26]. "איך האָב נעכטן געהאָלפֿן אױספֿילן פֿאַרשײדענע בױגנס פֿאַר די װאָס קענען ניט שרײַבן ייִדיש. איך האָב דערנאָך אױך איבערגעקוקט עטלעכע בױגנס צו העלפֿן אױסבעסערן די שפּראַך, און אױך געזען העניע גאָלדבערגס [#10]. העניע האָט דאָס אַלײן אױסגעפֿילט, און דערצו אין אַ גוטן ייִדיש. איך האָב דאָרט באַמערקט בײַ איר, אַז זי קען אַ סך שפּראַכן, און צװישן זײ אױך איטאַליעניש. זאָג אונדז העניע: דו קענסט גענוג איטאַליעניש אױף צו קענען אױפֿקלערן און אױך לערנען ייִדיש אונדזערע צװײ איטאַליענישע חבֿרטעס?"

– "דאָס איז טאַקע אַ גוטע געדאַנק זיסע," זאָגט דער פּאַסטעך, און דרײט זיך אױס צו העניע גאָלדבערג: "דו װאָלסט געװען גרײט צו נעמען זײ אונטער דײַנע פֿליגל? איך האָב, אַגבֿ אױך אַדורכגעקוקט די פֿרעג-בױגנס. איך האָב געזען אַז דו קענסט אױך ניט שװימען, טאָ קענט איר זיך פֿאַרבײַטן: ייִדיש לעקציעס פֿאַר שװים לעקציעס."

– "יאָסי, סיניאָרע פּאַסטאָרע. לאָ פאַראָ קאָן פּיאַטשערע [יאָ, פֿרײַנד פּאַסטעך, איך װעל עס טאָן מיט פֿאַרגעניגן]. איך בעט אײַך אָבער, רופֿט מיר מער ניט "העניע" נאָר "פײגע-הינדע", נאָך מײן טײַערער באָבען, ע"ה."

– ""אוטשעלעטאָ" ["פֿײגעלע" אױף איטאַליעניש] זאָגט לוטשיאַנאַ, די עלטערע דעל-מאָנטע, און זי און איר קוזינע װעראָניקאַ צעלאַכן זיך, אָבער קומען באַלד צו צו איר און נעמען זי װאַרעם אַרום: "ייִדישע" (װײַזט װעראָניקאַ אױף זיך) "שװימענע" (װײַזט זי אױף פײגע-הינדען) און באַמיט זיך אַרױסרײדן "ייִדיש" און "שװימען", – נאָר עס קומט אַרױס מיט אַן איטאַליענישן אַקצענט. די צװײ איטאַליענישע מײדלעך צעלאַכן זיך װידער, און פײגע-הינדע מיט זײ.

– "... אַ דאַנק. און איצט, שׂרה? זײַ אַזױ גוט און דערצײל װײַטער, װײַל אַניט װעלן מיר דאָ פֿאַרבלײַבן אַ גאַנצע נאַכט, װײַל אַלע װײַלע רײַסן מיר דאָ איבער, כאָטש איך אַלײן בין דער עיקר שולדיק."

– "אָבער דאָס איז דװקע גוט," זאָגט גיטל גערשנזאָן [#3]. "איך װיל טאַקע אױסהערן פֿראַגעס און מײנונגען. אַן איבעררײַס קען אָפט זײַן דאָס אינטערעסאַנטסטע. אַזױ װעלן מיר זיך אַלע בעסער באַקענען. װאָס ברענט? דו האָסט דאָך אַלײן געזאָגט אַז מיר האָבן אַ סך צײַט. קײנער אײַלט זיך אין ערגעץ ניט צו גײן..."

– "יאָ, יאָ. מיר װילן הערן," שרײַען אונטער אַ צאָל מײדן.

– "לױט מײַן אױסרעכענונג, װאָלטן מיר אַלץ אײנס ניט געקענט אױסהערן מער װי אפֿשר צװײ פֿראַגע בױגנס מיט אַ מאָל, אין אײן אָװנט," זאָגט רײזל טשאַרנעס [#22].

– "מסכּים! שׂרה, לײען װײַטער, און װער עס װיל עפּעס זאָגן, צו דער טעמע, מעג איבעררײַסן, און מיר װעלן אײַך אױסהערן מיט קאָפּ און מיט געדולד. איך בעט נאָר, אַז איר זאָלט עס טאָן אױף אַ בכובדיקן אופֿן."

– "איז אַזױ," זעצט פֿאָר שׂרה ברײטמאַן, "ספּאָרט: די אײנציקע ספּאָרט װאָס איך האָב אין מײַן לעבן געטאָן, איז נאָכיאָגן מײַנע ייִנגערע שװעסטערלעך, זײ זאָלן העלפֿן מיט דער הױז אַרבעט."

אַלע צעלאַכן זיך.

– "מוזיק: איך האָב קײנמאָל ניט געלערנט, אָבער מע זאָגט אַז איך האָב אַ שײנעם קול. איך פֿלעג אַ סך זינגען אין שטוב, אפֿשר כּדי אַװעקצוטרײַבן די מורה-שחורה פֿון דער שװערער שטיקנדיקער וואָלקן װאָס איז געהאַנגען איבער אונדז אין שטוב. דער טאַטע ניטאָ. די מאַמע קראַנק. מיר אַלע אָרעם און אין אַמעריקע, װײַט פֿון משפּחה, קרובֿים, און פֿרײַנט... איך פֿלעג אַ סך זינגען בײַם װאַשן די װעש, און אױך בײַ דער אַרבעט. איך האָב במשך פֿון די יאָרן געלערנט אַ סך אַרבעטער לידער. װיגלידער קען איך אױך אַן אַ שיִער. דאָס איז דאָס אײנציק סאָרט ליד װאָס מײַן מאַמע פֿלעג במשך די יאָרן זינגען. און זי פֿלעג קענען אַ סך װיגלידער. האָב איך זײ געהערט, און אױך געזונגען פֿאַר מײַנע שװעסטערלעך."

– "טאַנצן: איך קען ניט, אָבער כ'װאָלט געװאָלט לערנען. – אפֿשר װיל עמעצער מיר לערנען?... כאָטש עס זײַנען שױן ניטאָ קײן יונגע בחורים דאָ מיט װעמען צו טאַנצן..."

– "צי רעכנט זיך אַ טאָג-בוך פֿאַר אַ מין זשורנאַל? איך פֿלעג יעדן אָװנט, פֿאַרן שלאָפֿן גײן, אַרײַנשרײַבן מײַנע געפֿילן און די פּאַסירונגען פֿון טאָג, אין אַ העפֿט. דאָס פֿעלט מיר טאַקע דאָ..."

– "פּאָעזיע און פֿראָזע: קײן פּאָעטעסין בין איך ניט, אָבער פֿון דעם װאָס איך האָב אַדורכגעמאַכט און װאָס איך האָב אַרײַנגעשריבן אין מײַן טאָג-בוך מײן איך, אַז ס'װאָלט געװען גוטע מאַטעריאַל אױף אַ ראָמאַן."

– "קאָכן: אױ, קען איך קאָכן... כאָטש איך האָב פֿריִער געשװיגן װײַל איך בין שױן פֿאַרמאַטערט פֿון דעם, און זוך פֿון דעם אַן איבערררײַס. איך בין גרײט צו לערנען אַנדערע... איך פֿלעג קאָכן, און קאָכן, און קאָכן, און פּרעגלען, און באַקן, און װאָס ניט, װײַל מײַנע שװעסטערלעך, זײ זאַָלן געזונט זײַן, קענען זיך אָנעסן אפֿשר מער װי ייִנגלעך. דערפֿאַר זוך איך איצט פֿון דעם אַ ביסל אָפּרו. מיט דער צײַט װעל איך מסתּמא צוריקקומען צו דעם, װײַל איך האָב זײער ליב מײַנע אײגענע געקאָכטע מאכלים. אָבער אַ געשמאַקן שבת טשאָלנט בין איך גרײט יאָ צו העלפֿן מאַכן."

זי קוקט אַרײַן אין בױגן, און רעדט װײַטער.

– "װעגן די אַנדערע זאַכן האָב איך אױך ניט קײן סך װאָס צוצוגעבן. אַגריקולטור: װאָס איז דאָס? צו פֿלאַנצן בײמער? ... חיות: מײַנע שװעסטערלעך... שפּראַכן: אַ חוץ פֿאַר ייִדיש און ענגליש, געדענק איך אַ ביסל רוסיש... אַ דאַנק פֿאַרן אױסהערן."

אַלע פּאַטשן איר "בראַװאָ".

– "באַלד, שׂרה. האָסט נאָך ניט געענדיקט. האָסט אונדז נאָך ניט דערצײלט װעגן דײַן משפּחה."

– "אמת, אָבער איך האָב ניט קײן סך װאָס צו דערצײלן. װעגן טאַטן און זײַן משפּחה געדענק איך גאָרניט, װי אױך װעגן דער מאַמעס משפּחה. אַלײן האָב איך ניט חתונה געהאַט, און ערשט איצט טראַכט די עלטערע פֿון מײַנע שװעסטערלעך אַז זי װאָלט װעלן באַקענען זיך מיט ייִנגלעך. איך אַלײן האָב קײן צײַט ניט געהאַט פֿאַר בחורים – אַלעמאָל געװען אָדער צו פֿאַרנומען מיט אַרבעט און משפּחה, אָדער צו פֿאַרמאַטערט, און געװאָלט נאָר זיך אָפּרוען. אַ דאַנק."

– "שׂרה, דו מײַדסט אױס דאָס גאָר װיכטיקסטע פֿון אַלץ: װעגן זיך, און װעגן דײַנע חלומות. אפֿשר דערצײלסט אונדז? שעם זיך ניט..."

– "זאָל זײַן – אָבער גאָר בקיצור. עס איז מיר לײַכטער צו שרײַבן װי דערצײלן, װעל איך לײענען אַ ביסל פֿון װאָס איך האָב דאָ אָנגעשריבן: צו 21 יאָר, האָב איך כּמעט גאָרניט געזען פֿון דעם לעבן, פֿון דער װעלט. איך האָב בלױז געצײלטע נאָענטע חבֿרטעס. מײַן גאַנצע װעלט איז געװען קאָנצענטרירט אַרום מײַן קראַנקער מאַמען און מײַנע שװעסטערלעך. אַפֿילו װאָס איך מײן אַז איך בין געװען אַ גוטע און געטרײַע נײטאָרין, און אַלץ געטאָן אױף אַ געניטן און הױכן ניװאָ, איז מײַן קאָפּ ניט געװען בײַ דער אַרבעט. איך האָב יעדע מינוט געטראַכט פֿון דער הײם: װאָס דאַרף די מאַמע? װאָס דאַרף מען קאָכן? װאָס דאַרף מען צונײען, צי װאַשן, צי רײניקן?..."

– "מײַנע ייִנגערע שװעסטערלעך האָבן אױך אַ ביסל געהאָלפֿן, אָבער איך האָב ניט געװאָלט אַז זײ זאָלן האָבן אַזאַ פֿינצטערן לעבן װי איך, פֿלעג איך זײ אָפֿט באַפֿרײַען פֿון געװיסע אַרבעטן, און נעמען דאָס אױף זיך. אין אַ געװיסן זין, איז דאָס געװען אַ מין אַנטלױפֿן פֿון דער רעאַליטעט, מיטן אַרײַנטיפן זיך מער און מער אין דער הױז אַרבעט, און מיטן זאָרגן זיך פֿאַר אַלע. קײן קלײדער אױף אַרױסצוגײן פֿלעג איך ניט קױפֿן, ניט קײן עלעגאַנטע שיך, אָדער שײנע מאַנטלען. אַלץ איז געװען אױסגערעכנט צו דער לעצטער פּעני פֿאַרן אײַנשפּאָרן און פֿאַרן קױפֿן נאָר די נײטיקסטע זאַכן – און פֿאַרן עסן און דירה געלט. פֿאַרשטײט זיך..."

– "חלומות? אַפֿילו פֿאַר דעם האָב איך ניט געהאַט קײן צײַט... אפֿשר שײנע קלײדער, כאָטש איך װײס שױן ניט װאָס שײן איז, װײַל מײַן קאָפּ און בליק האָבן דאָס אַלץ נעגירט. בלױז װאָס איז פּראַקטיש געװען. איך װײס ניט פֿאַרװאָס, אָבער אױב יאָ, האָב איך אַלעמאָל געטראַכט פֿון האָבן מײַן אײגענע משפּחה און מײַנע אײגענע קינדער, און זײ געבן די פֿולע ליבע װאָס אַ מאַמע גיט אירע קינדערלעך – דאָס װאָס איך האָב ניט באַקומען פֿון מײַן מאַמען."

– "װאָס שײך חבֿרטעס... האָב איך געהאַט גאָר װײניק צײַט צו פֿאַרברענגען מיט זײ. עס האָט מיר אַלעמאָל באַנג געטאָן װען זײ פֿלעגן מיר פֿאַרבעטן אַרױסגײן מיט זײ, און איך פֿלעג זיך מוזן אָפּזאָגן, כּדי אַהײמצולױפן זיך צו פֿאַרנעמען מיט דעם הױז-געזינד. איך האָב אַמאָל יאָ געחלומט, װעגן פֿאַרלאָזן אַלץ און זיך צעשײדן פֿון די קאַלטע, פֿינצטערע, און שמוציקע ניו-יאָרקער גאַסן און רײַזן איבערן ים אױף אַ שיף און דער עיקר אָנקומען אױף ערגעץ אַ פֿאַרװאָרפֿענעם װאַרעמען טראָפּישן אינזל און זײַן אַלײן, פֿון אַלץ און אַלעמען װײַט. אפֿשר האָב איך דעם טײל פֿון מײַן חלום יאָ דערגרײכט... אַ דאַנק פֿאַרן אױסהערן מיר."

אַלע בלײַבן שטום. שׂרה פֿאַרלאָזט דעם אױבנאָן, און גײט צוריק אױף איר אָרט. די נאָענטע חבֿרטעס שטײען גלײַך אױף און נעמען זי װאַרעם אַרום.

דער פּאַסטעך פֿאַרענדיקט דעם אָװנט:

– "אַ דאַנק, שׂרה. דאָס איז טאַקע געװען זײער רירנדיק און אינטערעסאַנט. איך מײן אַז מיר װעלן טאַקע אָננעמען דעם געדאַנק אָפּצוגעבן מערער צײַט פֿאַר יעדער אײנער – עס קומט אײַך טאַקע, איר זאָלט ניט פֿאַרבלײַבן גלאַט אַנאָנימע נעמען פֿון מענטשן װאָס זײער לעבן איז פֿאַרקירצט געװאָרן אין דעם טרײַענגל-פֿײַער. לײַדער װעט די װעלט װאָס איר האָט פֿאַרלאָזט ניט װיסן װעגן אײַך, אַחוץ װי נאָך אַ טראַגישער סטאַטיסטיק פֿון אױסנוצערײַ בײַם אַרבעטס-פּלאַץ. דאָס װאָס איר דערצײלט דאָ, און דאָס װאָס איר װעט מאַכן מיט אײַער װײַטערדיקן לעבן, װאָס מיר װעלן אױך רעקאָרדירןדאָס הײסט פֿאַרצײכענען, װעט אָבער דינען פֿאַר אײַערע קינדער און קינדס-קינדער, װי אַ מין "בריװעלע דעם אײניקל", װען איר װעט שױן אױף דער װעלט ניט זײַן. עס װעט זײַן פֿאַר זײ אַן אינספּיראַציע, און אַ װיכטיקער פֿאַרבינדונג מיט זײער פֿאַרגאַנגענהײט."

– "איך װינטש אײַך אַלעמען אַ גוטע נאַכט, און זיסע חלומות."

*****************************************

 [זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.7 סדר

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל