====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.5 אַנטפּלעקונג

צוריק צו: 3.4 דער ערשטער אויפברויז

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

(09:45)

ער רופֿט אַרײַן די איבעריקע מײדלעך פֿון דער גרינער הױז (אַנשטאָט פֿון דער געלער הױז), און זײ הײבן אָן אַדורכגײן, אַלע צוזאַמען, די געזונט אונטערזוכונג.

די צװײטע אין דער רײ איז מינדל אײדלשטײן [#2]. זי רופֿט זיך אָבער אָפּ אַזױ:

– "איך בעט אײַך, איך דאַרף רײדן מיט אײַך באַזונדער. זײַט אַזױ גוט, ענדיקט פֿריִער מיט די אַנדערע."

– "זאָל זײַן."

נאָך דעם װי דער פּאַסטעך ענדיקט די אונטערזוכונג פֿון די אַנדערע מײדן, שיקט ער זײ אַרױס צו קלײַבן פֿאַר זיך קלײדונג, און בעט נאָך ניט אַרײַנשיקן קײן נײַע גרופּע ביז ער פֿאַרענדיקט ניט די אונטערזוכונג מיט מינדלען. די אַנדערע מײדלעך גײען אַרײַן אין צװײטן טײל פֿון דעם געצעלט, און ער בלײַבט מיט איר אַלײן.

– "נו, מינדל. װאָס האָסטו עפּעס צו דערצײלן? פֿאַרװאָס האָסטו ניט געװאָלט אַז די אַנדערע זאַלן דאָ בײַזײַן?"

–"איך ... בין פֿעט געװאָרן... און איך װיל ניט אַז מע זאָל מיר אַזױ זען."

–"אַהאַ, און דאָס איז אַלץ? ניט יעדע מײדל איז אַ מלכּה אסתּר (אַ שײנהײטס-מלכּה), און דאָך האָט יעדע איר אײגענער חן און שײנקײט. דאַרפֿסט זיך ניט שעמען מיט דײַן גוף. אױב דו װילסט, קען איך דיר העלפֿן צוזאַמענשטעלן אַ רעזשים – אַ דיעטע מיט איבונגען, דו זאָלסט װערן שלאַנקער."

–"איך בין געװען שלאַנק... איצט בין איך פֿעט געװאָרן... עס װערט ערגער פֿון טאָג צו טאָג..."

–"איך פֿאַרשטײ ניט. דו װילסט מיר זאָגן, אַז דאָס איז ערשט ניט לאַנג געװאָרן? – װי לאַנג?"

–"מיט 3 חדשים צוריק..." און זי הײבט אַן װײנען און דערצײלן אַז זי איז אַלעמאָל געװען אַ שלאַנקע, אַ שײנע. זי פֿלעג ליב האָבן זיך צו פּוצן און אָנטאָן שײנע קלײדער. אָבער ניט נאָר שײנע קלײדער, נאָר זי פֿלעג ספּעציעל זיך אָנטאָן תּאװהדיק, כּדי צו רײצן די מענער, און כּדי צו װײַזן די אַנדערע מײדלעך װי שלאַנק, װי שײן זי איז.

אײן אָװנט, אַהײמגײענדיק פֿון דער אַרבעט, און פֿאַרלאָזנדיק אירע חבֿרטעס װאָס האָבן זי באַגלײט, איז זי די לעצטע עטלעכע גאַסן שױן געגאַנגען אַלײן. ניט װײַט פֿון איר הײם, האָבן איר פּלוצעם באַפֿאַלן צװײ װײַסע און צװײ שװאַרצע מענער, און מע האָט איר פֿאַרשלעפּט אין אַ זײַטיקן געסל, אין דער אַלײע. דאָרט האָט מען זי ברוטאַל פאַרגװאַלדיקט, און באַלד זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, לאָזנדיק זי אױף הפֿקר, ליגנדיק פֿאַרבלוטיקט (ביז דעמאָלט איז זי געװען אַ בתולה), געװאָרפֿן אין אַ זײַט, אין דער מיסט. אין שמערצן איז זי אַ שטיקל צײַט אַזױ געלעגן אין דער קעלט, ביז זי האָט געפֿונען אין זיך דעם כּוח זיך צו באַװעגןאַנדערש װאָלט זי אין דער װינטער נאַכט מסתּמא אױסגעגאַנגען פֿון דער שאָק און פֿון דער קעלט.

זי האָט זיך קױם דערשלעפּט צו זיך אַהײם און זיך גלײַך געװאַשן און װידער אַמאָל זיך געװאַשן, – אָבער עס װײַזט אױס, אַז דאָס האָט ניט געהאָלפֿן. זי האָט פּרובירט באַהאַלטן איר װאַקסנדיקן בײַכל. װינטערצײַט איז נאָך געװען אַ ביסל לײַכטער, מיט די שװערערע קלײדער און מאַנטלעך. װאָס זאָל זי טאָן?

–"מיר װעלן דיר העלפֿן, מינדל. װאָס װעט זײַן װעט זײַן. קודם-כּל װעלן מיר זאָרגן פֿאַר דײַן געזונט. דו דאַרפֿסט זיך אָבער גאָרניט שעמען, װײַל דו ביסט ניט שולדיק אין דעם – נאָר די פֿיר שלעכטע מענער. דו דאַרפֿסט אױך זיך ניט שעמען פֿאַר דײַנע חבֿרטעס. באַהאַלטן װעסטו דאָס אַלץ אײנס ניט קענען פֿון זײ. בעסער זײ זאָלן װאָס פֿריִער װיסן װעגן דײַן מצבֿ – די גאַנצע מעשׂה פֿון װאָס איז געשען דאַרפֿן זײ ניט װיסן. דו דערצײל נאָר יענע װאָס דו מײנסט אַז דו קענסט, אָדער װילסט אָנטרױען. אָבער אַז דו ביסט שװאַנגער, דאָס דאַרפֿן אַלע װיסן – כּדי מיר זאָלן קענען האַלטן אױף דיר אַן אױג, און אַז דו זאָלסט האָבן אַ לײַכטערן טראָגן און האָבן. טאָ לאָמיר איצט פֿאַרענדיקן די אונטערזוכונג – אפֿשר רופֿסטו אַרײַן אײניקע פֿון דײַנע הױז-חבֿרטעס זײ זאָלן דאָ בײַזײַן?"

–"ביסט גערעכט, אָבער איך בין נאָך ניט גרײט איצט דאָס צו אַנטפּלעקן. איך דאַרף נאָך אַ ביסל צײַט. איך װיל אָבער יאָ זיך איצט אַנטשולדיקן פֿאַר די צװײ בערגמאַנס. איך בין פּשוט זײער אָנגעשטרענגט, און יעדע זאַך דענערװירט מיר... אַגבֿ, װי רופֿט מען זײ, אױף אַן אמת?"

– "דעל-מאָנטע," ענטפֿערט דער פּאַסטעך.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.4 דער ערשטער אויפברויז

פאָרויס צו: 3.6 אַנטוישונג און האָפענונג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל