====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– © לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 3

3.4 דער ערשטער אויפברויז

צוריק צו: 3.3 אַ געזונט אײַך אין די קעפּעלעך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

(09:45)

דער פּאַסטעך גײט צום אַרײַנגאַנג פֿון געצעלט, און קוקט אַרױס אױף די איבעריקע מײדלעך. ער װיל אַרײַנרופֿן אַ צװײטע גרופּע (פֿון דער געלער הױז, די מײדלעך #19-24), נאָר ער זעט, אַז צװײ מײדלעך קריגן זיך (– די װאָס טראָגן אױף זײערע נאַכט-העמדער די נומערן 2 און 10).

גײט ער צו, און הערט:

– "... נײן, איך װעל ניט שװײַגן. װי אַזױ װאַגן זײ צו זײַן דאָ מיט אונדז. מע דאַרף זײ צוריקשיקן."

– "ער האָט דאָך געזאָגט, אַז עס איז אַ זיכערער טױט. װי קענען מיר? אפֿשר בעסער שװײַגן, און לאָזן די זאַכן זיך אַלײן אַנטװיקלען..."

– "שװײַגן? װאָס פּלוצעם שװײַגן? שרײַען דאַרף מען..."

– "װאָס טוט זיך דאָ? װאָס איז געשען, און װי אַזױ רופֿט מען אײַך?" װענדט זיך צו זײ דער פּאַסטעך.

– "איך בין מינדל אײדלשטײן [#2]. איך מוז דיר זאָגן, אַז עס זײַנען דאָ שפּיאָנען צװישן אונדז. מסתּמא זײַנען זײ ייִדן-האַסערס אױך: שׂונאי-ישׂראל..."

– "װעגן װאָס רעדסטו? װאָס מײנסטו 'שפּיאָנען'?" זאָגט דער פּאַסטעך מיט פאַרװאונדערונג.

– "איך האָב זײ קײנמאָל ניט אָנגעטרױט," זאָגט מינדל װײַטער. "אַלעמאָל פֿלעגן זײ זיך האַלטן באַזונדער. מיר ייִדישע מײדלעך פֿלעגן זיך געװײנטלעך אױך האַלטן אָפּגעשײדט פֿון די ניט-ייִדישע נײטאָרינס און אַרבעטערסנאָר װען מע האָט געמוזט, בעת דער אַרבעט, האָבן מיר געהאַט עפּעס אַ קאָנטאַקט. אַזױ, אָבער, זײַנען זײ געװען באַזונדער, און מיר אױך באַזונדער. אָבער צװישן זיך, האָבן מיר זיך געהאַלטן מער אָדער װײניקער צוזאַמען. די דאָזיקע צװײ, דאַקעגן, זײַנען רעלאַטיװ נײַ בײַ דער אַרבעט. װאָלט מען אַװדאי געקענט פֿאַרשטײן, אַז זײ דאַרפֿן זיך נאָך אַרײַנפּאַסן און זיך אָריענטירן. דערפֿאַר, אָבער, פֿלעג איך זײ זען דערנענטערנדיק זיך פֿון צײַט צו צײַט צו די גױם, װי זײ װאָלטן זיך אונטערגעהערט װאָס עס טוט זיך בײַ זײ – אָבער קײנמאָל ניט גערעדט מיט זײ. און אַזױ אױך מיט אונדז, מיט די ייִדישע מײדלעך. זײ פֿלעגן קומען נאָענט, אונדז אָנקוקן, זיך צוהערן, און אַװעקגײן. אָבער אַלעמאָל האָבן זײ שטילערהײט געשושקעט אײנע צו דער אַנדערער. װער װײסט װאָסערע סודות זײ האָבן. װער װײסט צי זײ האָבן ניט פּלאַנירט עפּעס ניט גוטס, װער װײסט צי..."

– "מינדל, גענוג, דו טרײַבסט איבער," זאָגט די צװײטע. "איך בין העניע גאָלדבערג  [#10]. דאָס זײַנען ניט קײן שפּיאָנקעס... מע װאָלט זײ אָבער, פֿונדעסטװעגן, יאָ באַדאַרפֿט אױספֿאָרשן... "

– "נו, זאָל זײַן... אָבער שיקסעס זײַנען זײ זיכער!" גיט צו מינדל.

– "שיקסעס, װאָס פֿאַראַ שיקסעס? – ... דאָ, צװישן אונדז?" זאָגט דער פּאַסטעך.

– "יאָ, די צװײ בערגמאַנס," זאָגט העניע, "... און אױב זײ זײַנען "בערגמאַן", בין איך 'פֿו-מאַנטשו'..."

– "װאָס? ...'פֿו-מאַנטשו'? װי קומט דאָס צו דיר?... נו לאָז אָפּ. װעסט מיר דערצײלן אַ צװײטן מאָל. דאָס איז איצט װיכטיקער..."

דער פּאַסטעך קוקט זיך אַרום און דערזעט די בערגמאַנס. ער זאָגט צו העניען:

– "טו מיר אַ טובֿה, שיק זײ מיר אַרײַן," און ער קערט זיך אױס און גײט צוריק אַרײַן צו זיך אין געצעלט.

באַלד קומען די צװײ מײדלעך אַרײַן אין געצעלט, באַגלײט פֿון העניען און מינדלען.

דער פּאַסטעך באַטראַכט די צװײ חנעװדיקע, שװאַרץ-האָריקע קוזינעס. ער לױפֿט אַדורך אין זײַן זיכּרון, װי אַזױ איז אָנגעגאַנגען די סעסיע מיטן פֿאַרשרײַבן די נעמען פֿון אַלע מײדלעך. ער דערמאָנט זיך, אַז זײ האָבן זיך געפֿירט אַ ביסל מאָדנעאַנדערש פֿון די אַנדערע מײדלעך, – ספּעציעל בײַם צולױפֿן און אַרײַנשפּרינגען אין װאַסער (די אַנדערע זײַנען נעכטן אין אָװנט שטיל און פּאַמעלעך געגאַנגען זיך װאַשן).

נעכטן, געדענקט ער, האָט ער כּמעט אַלעמען געפֿרעגט "װאָס איז דײַן נאָמען?" – װען ער האָט אָבער בײַ די בערגמאַננס געפֿרעגט "װי רופֿט מען דיר?" – האָט די ייִנגערע ניט געענטפֿערט, נאָר די עלטערע האָט עס געטאָן פֿאַר איר. אפֿשר האָט זי ניט געװאוסט װי צו ענטפֿערן?

װיל ער פּרובירן די זעלבע זאַך, נאָר אַ ביסל אַנדערש. איצט פֿרעגט ער פֿריִער די ייִנגערע: "װי הײסטו?" זי שװײַגט און מיט שרעק קוקט זי אױף איר עלטערער קוזינע.

פֿרעגט ער די אַנדערע: "װי הײסטו?"

פֿאָכעט זי מיט די הענט, פֿאַרן פּנים: "יאָ, יאָ...הײס. הײס..."

עפּעס איז דאָ ניט כּשר, טראַכט צו זיך דער פּאַסטעך. "דו פֿאַרשטײסט װאָס איך האָב דיר געהײסן ענטפֿערן?" פּרובירט ער איר אױס װידער.

– "יאָ, יאָ...הײס. הײס"... און פֿאָכעט װײַטער... עס װערט איר באמת הײס, און טראָפּנס שװײס באַװײַזן זיך אױף איר שטערן. די ייִנגערע הײבט דערװײַלע באַלד אָן צו װײנען.

דער פּאַסטעך טראַכט צו זיך, און זוכט תּירוצים אָדער לאָגישע סיבות פֿאַר זײער מאָדנער אױפֿפֿירונג:

– "זײ פֿאַרשטײען עפּעס ניט...זײ זײַנען מסתּמא נאָך גאַנץ דענערװירט און צעטומלט פֿון דער נעכטיקער פֿײַער. דאָס קען װירקן אױף דעם מוח. טאָן שאָדן... און אפֿשר קענען זײ גאָרניט קײן ייִדיש? פֿאַראַן אַזעלכע, אַפֿילו װאָס זײ הײסן "בערגמאַן" – אפֿשר האָלאַנדישע ייִדן, צי פֿון די סקאַנדינאַװישע מדינות, אָדער אַפֿילו פֿון שטאַרק אַסימילירטע דײַטשע צי גאָר הונגאַרישע פֿאַמיליעס. און אפֿשר גאָר פֿון רוסלאַנד?"

דער פּאַסטעך דערמאָנט זיך אַפֿילו װי שלום עליכם לאַכט אָפּ אָפֿט אין זײַנע מעשׂיות פֿון רוסיש-ייִדישע "אַריסטאָקראַטן" און עליטע װאָס קענען ניט אָדער װילן ניט קענען קײן ייִדיש, און האָבן זיך דערװײַטערט פֿון ייִדן און ייִדישקײט – אױף אַזױ װײַט האָט עס געהאַלטן, אַז די קינדער האָבן שױן ניט געקענט קײן ייִדיש.

ער דרײט זיך אױס צו מינדלען און העניען.

– "זײַט אַזױ גוט, לאָזט מיר אַלײן מיט זײ אַ פּאָר מינוט, װעל איך דערגײן דאָ װאָס איז געשען."

די צװײ מײדלעך פֿאַרלאָזן דעם געצעלט.

ער זעט, אַז די בערגמאַן מײדן שרעקן זיך פֿאַר אים, און זוכן, כאָטש מיט די אױגן צו אַנטלױפֿן. װענדט ער זיך צו זײ אין פֿאַרשײדענע שפּראַכן. אין רוסיש, און אין פּױליש אױך, נאָר ס'העלפֿט ניט. זעצט ער זיך אַװעק בײַם קאָמפּיוטער, און שרײַבט אַרײַן אַ פּאָר װערטער. דער קאָמפּיוטער רעדט אַרױס דעם טײַטש אין הונגאַריש, דײַטש, נאָרװעגיש, פלעמיש, און נאָך צפֿון-אײראָפּעאישע און סלאַװישע לשונות, נאָר ס'העלפֿט גאָרניט. ער גיט זיך ניט אונטער, און טראַכט דערבײַ, אַז זײ זײַנען דאָך געװען אין אַמעריקע, און אַװדאי געאַרבעט אין ענגליש, פּרובירט ער אױפֿסנײַ:

– "פּליז," זאָגט ער צו זײ אױף ענגליש. "עװעריטינג װיל בי אָ-קײ." [איך בעט אײַך, אַלץ װעט זײַן בסדר].

– "יו נאַט סענדע-אַס באַקע [דו װעסט אונדז ניט צוריקשיקן]?", בעט די עלטערע מיט אַ ציטער אין איר קול, אױף ענגליש מיט אַ שװערן איטאַליענישן אַקצענט.

– "אַהאַ... געװען צו גוט זו זײַן אמת." רעדט ער צו זיך, און נעמט די קאָפּ אין די הענט.

די צװײ מײדלעך קוקן אָן האַלב פאַרװאונדערט, און האַלב דערשראָקן. די ייִנגערע שטײט אױף און װיל אַרױסגײן.

– "סיט דאַון – זיץ!... װאָס זאָל איך טאָן, װאָס זאָל איך איצט טאָן? ... נו, לאָמיר זען װי גרױס איז דער שאָדן," – זאָגט ער האַלב צו זיך.

ער דרײט זיך אױס צו די מײדלעך, און הײבט אָן רײדן מיט זײ אױף אַ פֿליסיקן איטאַליעניש. זײ זיצן מיט די מײַלער אָפֿן, ביז עס קומט צו דעם אַז ער שטעלט זײ ספּעציפֿישע פֿראַגעס, װי הײסן זײ אױף אַן אמת – זיכער ניט בערגמאַן... פֿון װאַנען זײ קומען, און נאָך.

ער דערװיסט זיך, אַז די ייִנגערע "װעראַ בערגמאַן" הײסט באמת װעראָניקאַ דעל-מאָנטע, און איר עלטערע קוזינע, "חנה בערגמאַן" איז לוטשיאַנאַ דעל-מאָנטע. זײ זײַנען פֿון רױם. װען ער הערט די משפּחה נעמען, פֿרעגט ער זײ אױס אין עטלעכע פֿראַזעס פֿון רױמיש-ייִדישן דיאַלעקט, װאָס נאָר ייִדן װאָלטן געװאוסט. זײ װאונדערן זיך נאָך מער – װי אַזױ ער װײסט דאָס. ער דערצײלט זײ, אַז ער שטאַמט אױך פֿון איטאַליענישע ייִדן...

עס גײט אַלעמען אַראָפּ אַ שטײן פֿון האַרצן. ער זאָגט זײ נאָך עפּעס אין איטאַל-ייִדיש (װי ער רופֿט די רױמישע געטאָ-לשון) נאָך דעם, זאָגט ער זײ, אַז ער האָט געמײנט אַז זײ נעמען זיך צום װאַסער װי "ליטװישע קאַטשקעלעך" – נאָר צום סוף, װײַזט זיך אַרױס אַז זײ זײַנען גאָר "רױמישע קאַטשקעלעך"... זײ צעלאַכן זיך אַלע.

איצט פֿאַרשטײט ער פֿון זײ, פֿאַרװאָס זײ פֿלעגן זיך פֿון צײַט צו צײַט דערנעטערן צו די גױשע נײטאָרינס, װאָס צװישן זײ זײַנען געװען אַ סך איטאַליענער. דערפֿאַר אָבער, זײַנען יענע ניט געװען קײן ייִדישע. האָבן זײ גלײַכצײַטיק געװאָלט זיך דערנעטערן צו די ייִדישע מײדלעך, איז ניט געװען קײן בשותּפֿותדיקן לשון, און זײ האָבן זיך געשעמט צו זאָגן אַז זײ זײַנען איטאַליענישע ייִדישע מײדלעך – געמײנט אַז מע װעט זײ ניט גלײבן... איצטער האָבן זײ מורא (אַז מע האָט זײ אױסגעפֿונען), װעט מען זײ אַװעקשיקן.

דער פּאַסטעך באַרואיקט זײ, און זאָגט, אַז ער װעט זײ העלפֿן זיך אינטעגרירן מיט די אַנדערע מײדלעך, אָבער אַז ער װעט מוזן מיט זײ באַזונדער כאַפּן אַ שמועס כּדי זײ בעסער אױפֿקלערן װאָס סע טוט זיך דאָ.

***************************************

 [זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 3.3 אַ געזונט אײַך אין די קעפּעלעך

פאָרויס צו: 3.5 אַנטפּלעקונג

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 3

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל