====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =


עד כאן - תקציר
Up to now - Synopsis
ביז אַהער - איבערבליק

טייל ב':  אָנהייב ...

אַ וואָרט פונעם צוזאַמענשטעלער:

 דער צווייטער טייל, "ב - אָנהייב" אַנטהאַלט די ווײַטערדיקע 9 קאַפּיטלען פון דעם טאָג-בוך, וואָס שילדערן די ערשטע 8 טעג נאָכאַנאַנד (כּמעט שעה-נאָך-שעה), באַלד נאָך דעם טראַגישן פײַער אין ניו-יאָרקער טרײַענגל פאַבריק, אין 1911, און די קאָנסעקווענצן אויף די ניצול-געוואָרענע. דאָ ווערן פאַקטיש אָנגעגעבן און אויסגערעכנט, די טאָג-טעגלעכע דערפאַרונגען, וויכּוחים און אויפברויזן, ווי אויך פּרטימדיקע דעטאַלן וועגן די געראַטעוועטע פון דעם פײַער, אַרײַנגערעכנט מער טרוקענע דעטאַלן ווי טאָג-פּלענער און כדומה.

 הערה: אין די ווײַטערדיקע טיילן פונעם טאָג-בוך קומען פאָר פאַרשיידענע שמועסן, דיסקוסיעס, און אַזוי ווײַטער, וואו דער שרײַבער פון דעם טאָג-בוך איז ניט לאו-דווקע געווען אָנוועזנד. ער האָט זיך אָפט דערוואוסט וועגן דעם און פאַרנאָטירט מיט געציילטע טעג נאָך די פּאַסירונגען.

דער צונויפשטעלער פון דער איצטיקער אַרבעט האָט געהאַלטן פאַר נייטיק איבערצומאַכן און אויסצוגלײַכן דעם מחברס סדר, כּדי צו קענען פאָרשטעלן די געדאַנקען און געפילן פון די בײַגעוועזענע אויף אַ מער נאַטירלעכן און כראָנאָלאָגישן אופן.

[– ל.ב. ]

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל