מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
אויב
איר ווילט וויסן וואָס סע געשעט ווײַטער,
טאָ לייענט:
קאַפּיטל 02: מער קיין פּחד ניט
1. אין דעם קאַפּיטל געפֿינען מיר זיך אין זעלבן אָװנט גלײַך נאָך דעם פֿײַער, אָבער אין אַן אַנדערן אָרט: אױף אַ זאַמדיקן באָדן, אונטערן פֿרײַען הימל, לעבן אַ ים צי אָזשערע.2. די 29 מײדלעך באַקענען זיך צום ערשטן מאָל מיט דעם מאַן װאָס האָט זײ געראַטעװעט. ער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר זײ מיטן נאַמען "פּאַסטעך".
3. ער קלערט אױף פֿאַר זײ, אַז זײ געפֿינען זיך איצט אין אַ נײַעם אָרט, און דערצײלט זײ די הױפֿט שטריכן פֿון זײַן פּלאַן צו געבן זײ די מעגלעכקײט אָנצוהױבן אַ נײַעם לעבן. גלײַכצײַטיק קלערט ער אױף די באַגרענעצונגען און באַדינגונגען, און שטרײַכט אונטער די גרונט יסודות פֿון ייִדישקײט און מענטשלעכקײט װאָס װעלן פֿאָרמולירן דעם באַסיס פֿון זײער װײַטערדיקן לעבן.
4. ער שטרײַכט אױך אונטער, אַז זײ װעלן מער ניט קענען צוריקגײן צו זײער אַלטן לעבן אין ניו-יאָרק און צו זײערע געליבטע. די מײדלעך זײַנען פֿאַרשטײט זיך פֿון דעם ניט צופֿרידן.
5. זײ זײַנען נאָך אין אַ צעטומלטן צושטאַנד, דעריבער באַמיט ער זײ אײַנשטילן און באַרואיקן דורך פֿאַרשידענע מיטלען, אַרײַנגערעכנט הײסן זײ זיך אָפּװאשן און פֿאַרבײַטן די פֿון-רױך-שטינקענדיקע קלײדער. נאָך דעם פֿאַרבעט ער זײ צו אַ לײַכטן מאָלצײַט.
6. ער פֿאַרשרײַבט זײערע נעמען, טײלט זײ אײַן אין 5 גרופּעס (יעדע לױט אַן אַנדער קאָליר) און שיקט זײ שלאָפֿן אין שױן צוגעגרײטע געפֿאַרבטע געצעלטן – די 5 קאָלירן פֿון די אײַנגעטײלטע גרופּעס.
7.
אין מיטן דער נאַכט, גנבֿעט זיך אַרײַן אײנע פֿון די מײדלעך אין דעם
פּאַסטעכס געצעלט, און מײנענדיק אַז ער שלאָפֿט, און װײנענדיק, באַדאַנקט
אים שטילערהײט מיט אַ קוש אין קאָפּ ... אַ מיסטעריע װאָס װעט שפּעטער
מוזן געלײזט װערן.
1.
עס איז זונטיק. עס איז דער ערשטער טאָג
נאָך דעם שרעקלעכן פֿײַער אין טרײַענגל
פֿאַבריק. די געראַטעװעטע פֿרױען שטײען אױף צו אַ נײַעם
טאָג. דער אָרט
װאו זײ געפֿינען זיך האָט זײער רעטער און גאַסטגעבער –
דער פּאַסטעך – אַ נאָמען
געגעבן "בראשית".
2.
פּאַסטעך זאַמלט צונױף די פֿרױען, און מאַכט אַ מין סך-הכּל
פֿון װאָס איז געשען, און באַמיט
זיך זײ צו געבן צו
פֿאַרשטײן װי אַזױ זײ
װעלן צוזאַמען גײן פֿאָרױס
– דער עיקר אין די קומענדיקע טעג, אָבער
אױך אױף װײַטער. די פֿרױען
(אין נאָך אַ טײלװײַזער
שאָק פֿון
אַלץ װאָס איז מיט זײ געשען
ביז אַהער) זײַנען ניט צופֿרידן
פֿונעם נײַעם
מצבֿ און װילן צוריק אַהײמגײן
– זײ האָבן מורא אַפֿילו צו פֿאַרלירן
די אַרבעט אױב זײ װעלן צומאָרגנס – מאָנטיק – זיך ניט באַװײַזן אין פאַבריק...
3.
דער פּאַסטעך ברענגט
פֿאַר זײ די הױפּט פֿאַקטן
פֿון װאָס
סע האָט פּאַסירט – דער עיקר
װעגן די שרעקלעכע פֿאַרלוסטן
– 146 געטױטע
פֿון דעם פֿײַער, און אַז דער פאַבריק
איז בכלל אַלץ חרובֿ געװאָרן
– ס'איז ניטאָ פֿאַרװאָס
צוריקצוגײן, אַז ער קען
זײ געבן אַ
סך בעסערס, און אַז זײ זאָלן
אים אָנפֿאַרטרױען. דערװײַלע, זאָגט
ער זײ, זאָלן זײ געניסן פֿון דעם פֿרײַען
טאָג אין דעם שײנעם אָרט. דערפֿאַר
װאָס זײ האָבן איבערגעלעבט אַ שװערע פֿיזישער
טראַומע (אַ
טײל הוסט נאָך פֿון דעם
נעכטיקן רױך) – װיל ער אַדורכפֿירן
אַ
מעדיצינישע אונטערזוכונג פֿון
יעדער אײנער פֿון די פֿרױען.
4.
נאָכן אָפּעסן פֿרישטיק,
גיט ער זײ פֿרעג-בױגנס אױסצופֿילן װעגן זיך און
פּערזענלעכע ענינים. ער
גיט זײ ביכער און שפּילצײַג
מיט װאָס צו פֿאַרברענגען אין דער צײַט װאָס
ער פֿירט אַדורך
די אונטערזוכונגען. נאָך
דעם, װעלן זײ אױך קענען אױסקלײַבן
פּאַסיקע קלײדער און שיך,
װײַל ביז אַהער זײַנען
זײ אָנגעטאָן אין בלױז
דינע שלאָף-קלײדער.
5.
אין דער צײַט פֿון די אונטערזוכונגען װערט דער פּאַסטעך
באַאומרואיקט װאָס די צװײ
קוזינעס װעראַ
[#5] און חנה בערגמאַן
[#6] פֿירן
זיך מאָדנע און באַהאַלטן
עפּעס װעגן זײער אָפּשטאַם. עס װײַזט זיך אַרױס,
אַז דאָס זײַנען
צװײ ייִדישע טעכטער פֿון
דער קהילה פֿון
רױם, און צוליב דעם האָבן
זײ געזאָגט
ליגנס און אַפֿילו "פאראַשכּנזישט"
זײערע נעמען – מע זאָל
זײ ניט חושד זײַן
אַז זײ זײַנען ניט קײן
ייִדן.
6.
נאָך דערינערונגען/דערשײַנונגען: דער פּאַסטעך געפֿינט
אױס, אַז אײנע פֿון די פֿרױען
(מינדל
עדלשטײן
[#2]) איז שװאַנגער
– נאָך
דעם װאָס מע האָט זי מיט אַ צאָל
חדשים פֿריִער
פֿאַרגװאַלדיקט. ער זאָגט צו
זי צו העלפֿן. זי װיל אָבער
ניט אַנטפּלעקן דעם מצבֿ פֿאַר
אירע חבֿרטעס, כאָטש פֿריִער
אָדער
שפּעטער װעט זי מוזן. אַן אַנדער
פֿרױ (חיה
גרין [#17]) האָט
פּראָבלעמען מיטן רוקן און
נײטיקט זיך אין אַן אמתן
בעט – און װעט ניט קענען װײַטער
שלאָפֿן אױף דר'ערד אין אַ שלאָף-זאַק.
אין סך הכּל, אַ חוץ פֿאַר
נאָך אײן שװאַנגערער
פֿרױ (ליבע
סאָבאָל [#21]),
און אַ חוץ פֿאַר ניט קײן געפֿערלעכע שניט, בײַלן און לײַכטע
װאונדן – זײַנען
אַלע, ברוך השם, אין אַ גוטער
געזונט צושטאַנד.
7.
נאָכמיטאָג רופֿט ער צונױף פֿאָרשטײערינס פֿון יעדע פֿון די 5 "הײַזער"
אױף אײַנשאַפֿן אַ מין טאָג-פּלאַן
פֿאַר די קומענדיקע טעג.
1. עס
איז דינסטיק. נאָכן
אױפֿשטײן, פֿירט דער פּאַסטעך די מײדן אַרױס צו דעם אָרט װאו זײ האָבן
דאָס ערשטע
מאָל זיך באַװיזן אױף פּאַנגײע. דער אָרט װעט פֿאַר זײ װערן אַ שטענדיקער
זאַמלפּלאַץ,
און איז אַ נאָמען געגעבן "טרײַענגל-פּלאַץ" לזכר די אומגעקומענע
קרבנות.
2. דער
פּאַסטעך ברענגט זײ
צײַטונגען װאָס דערצײלן װאָס איז געשען אינעם טרײַענגל-פֿײַער, און זאָגט
זײ צו,
אַז ער װעט זײ האַלטן אינפֿאָרמירט װעגן װאָס עס קומט פֿאָר אין דער
דרױסנדיקער
װעלט. די מײדן לײענען מיט גרױס טרױער די נעמען פֿון באַקאַנטע אָבער װערן
אינגאַנצן אויפגעציטערט צו געפֿינען זײערע אײגענע נעמען צװישן די
אומגעקומענע.
3.
נאָכן עסן פֿרישטיק נעמען זײ זיך װידער צוצוגרײטן דעם באָדן פֿון זײער
צוקונפֿטיקן
שטעטל "בראשית". דאָס מאָל, אָבער, קומען זײ אַרבעטן מיט פּאַסיקע
אַרבעטס-קלײדער און שיך.
4.
נאָך דער מיטאָג איבעררײַס, קומען זײ לערנען אַ ביסל װעגן נײַע
אַנטװיקלונגען אין
װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע, און װעגן די טומלדיקע יאָרן 1911-1918, מיט
דער
אַזױ-גערופֿענער "גרױסע מלחמה".
5.
בעת דער אָװנט-פּראָגראַם אַנטפּלעקט העניע העניע
(פֿײגע-הינדע)
גאָלדבערג [#10], אַז
זי האָט
זיך באַהאַלטן אונטער אַ פֿאַלשן נאָמען, װײַל קרימינאַלן װאָס האָבן
געמערדערט
איר פֿאָטער האָבן איר געזוכט. פֿאַקטיש איז איר טאַטע געװען אַ
ספּעציעלער אַגענט
פֿון אַ װעלט-באַרימטער רײַכער ייִדישער משפּחה אין אײראָפּע, און זי איז
געװען זײַן
שותּפטע אין אַדורכפֿירן כּלערלײ סודותדיקע און ריזיקאַלישע שליחות. צום
ערשטן
מאָל – זינט זײַענדיק אַ קינד – פֿילט זי זיך זיכער און אָן פּחד.
קאַפּיטל 6: וואָס יאָ, און וואָס ניט
1. די
מײדלעך זײַנען
אָנגעטאָן אין נײַע קאָלירטע גימנאַסטיק-קאָסטיומען – די קאָלירן לױט די
הױז-קאָלירן – און פֿײגע-הינדע
גאָלדבערג [#10] פֿירט אָן מיט זײ, מיט
געניטונגען. זײ פֿילן
זיך אָבער
פֿיזיש אױסגענוצט: סײַ אינדערפֿרי איבונגען, סײַ אָנציִען די גענעראַטאָר
באַטעריעס,
סײַ די אַרבעט בײַם אױפֿשטעלן זײער שטעטל.
2. נאָך מיטאָג קומט
אָן צום פּאַסטעך אַ דעלעגאַציע פֿון 5 מײדלעך מיט מירל
פּערלמאַן [#16] בראש, צו פּראָטעסטירן: זײ
װילן ניט פֿירן אַ פֿרום לעבן און װערן שומרי מצװהס. ער קלערט װידער אױף
פֿאַר זײ
די װיכטיקײט פֿון דעם, און באַװײַזט זײ אינטערעסאַנטע זאַכן אין דער תּורה
װעלכע
קענען אַפֿילו זײַן רמזים אַז זײ (און די אַנדער מײדן) זײַנען טאַקע
באַשערט פֿאַר
דעם.
3.
אויפֿן סמך פֿון דער "פּראָטעסט"-באַזוך, עפֿנט דער פּאַסטעך אױף די
נאָכמיטאָג
לעקציע פֿאַר אַלע מײדלעך, טאַקע אױף דער טעמע פֿון תּורה און גוטע מידות.
4.
אין דער צװײטער סעסיע לערנט ער זײ װעגן דער תּקופֿה פֿון
1918-1932:
סײַ װעגן
שפּרודלדיקן ייִדישן לעבן אין שײַכות מיט קולטור און ייִדישקײט (דער עיקר
אין מזרח
אײראָפּע), און סײַ די צװײטע זײַט פֿון דער מטבע – דער אָנגײענדיקער
אַנטיסעמיטיזם.
5.
אַנשטאָט עס זאָל אין אָװנט אַדורכגעפֿירט װערן דער געװײנטלעכער "באַקענען
זיך"-פּראָגראַם װאו די מײדלעך דערצײלן װעגן זיך, מאַכט דער פּאַסטעך
פֿאַר
זײ אַ סורפּריז און פֿאַרבײַט דעם פּראָגראַם אויף אַ פֿאַרװײַלערישן
טאַנץ אָװנט.
קאַפּיטל 7: תּנאים (ראש חודש ניסן)
פֿון
פּאַסטעכס טאָג-בוך:" ... אין אַ
געװיסן זין, פֿיל איך זיך
װי אַ שמיד: קודם כּל, הײצט ער אָן די מעטאַל,
און נאָך דעם קלאַפּט ער און קלאַפּט, כּדי
עפּעס צו שאַפֿן.
װי נאָר עס הײבט אָן באַקומען
עפּעס אַ
סטאַבילקײט און פֿורעם, נעמט
ער עס און שטעלט עס װידער אַרײַן
אין פֿײַער,
ציט עס באַלד אַרױס, און נעמט
װידער קלאַפּן..."
1.
אין דער פרי מעלדעט דער פּאַסטעך אַז אַ טייל פֿון די מיידלעך האָבן שוין
אַקצעפּטירט
איבערצובלײַבן מיט אים אין פּאַנגייע, און לכּבוד דעם וועט אין אָוונט
פֿאָרקומען
אַ פֿײַערלעכע תּנאים צערימאָניע און באַנקעט. בעטן די מיידלעך אַז מע
זאָל פֿאַר
זיי צושטעלן נאָך קליידער – איבערהויפּט שבת-יום-טובדיקע, ווײַל פֿון ווען
זיי זײַנען
אָנגעקומען האָבן זיי נאָר איין בגד יעדע איינע.
2.
נאָכן עסן פרישטיק גייען זיי ווידער אויפבויען זייער שטעטל "בראשית".
3.
נאָכמיטאָג – בעת דעם וואָס די מערסטע מיידלעך רוען זיך אָפּ, – קומען זיך
צונויף פֿאָרשטייערינס
פֿון יעדע הויז אויף אַ זיצונג פֿון דער "משפּחה קאָמיסיע" (צוזאַמען
מיטן פּאַסטעך) כּדי אַרומצוריידן פֿאַרשיידענע ענינים און אויך וועגן דער
באַלדיקער
מאַסן-חתונה. אַ טייל פֿון די מיידן זײַנען בכלל ניט צופֿרידן פֿון דער
אײַלעניש
מיט וואָס זיי דאַרפֿן באַשליסן צו פֿאַרבלײַבן (אָדער ניט) ווי אויך דעם
פּאַסטעכס
פֿאָדערונגען. זיי ווילן מערער צײַט צו באַקענען זיך מיט אים און
באַטראַכטן די
סיטואַציע. דער פּאַסטעך פֿאַרשטייט זייערע טענות אָבער האַלט זיך בײַ
זײַנס – די
חתונה וועט פֿאָרקומען זונטיק – אָבער ער איז מסכּים אַז ווער סע באַשליסט
ניט צו פֿאַרבלײַבן
מוז ניט גלײַך פֿאַרלאָזן, נאָר וועט קענען בלײַבן מיט זיי נאָך אַ וואָך.
4.
די נאָכמיטאָג געשיכטע לעקציע איז עמאָציאַנעל זייער אַ שווערע פֿאַר
אַלע, סײַ פֿאַרן
פּאַסטעך און סײַ פֿאר די מיידלעך. ער דערציילט וועגן די פּאַסירונגען פון
צווישן
די יאָרן 1932-1948. כּדי עטוואָס צו מאַכן לײַכטער די שטימונג, דערציילט
ער זיי
קודם כּל די גוטע בשׂורה וועגן דעם גרויסן נס פון דער אַנשטייאונג פֿון
דער ייִדישער
מדינה – מדינת ישׂראל (אָבער מערער וועגן דעם וועט ער דערציילן אין דער
מאָרגנדיקער
לעקציע). גלײַך, אָבער, גייט ער אַריבער צו די שוידערלעכע פּאַסירונגען
פֿון פֿאר,
בעת, און נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה – די "האַקנ-קרייצצוג", די מלחמה
אויף ייִדן און דעם חורבן. די מיידלעך קומען אַרויס פֿון דער לעקציע
אינגאַנצן צערודערטע.
5.
אין אָוונט, להבדיל, קומט פֿאָר אַ פֿריילעכע תּנאים שׂמחה פֿאַר די וואָס
האָבן
ביז אַהער באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן. דאָס זײַנען: װעראָניקאַ
דעל-מאָנטע [#5], לוטשיאַנאַ
דעל-מאָנטע [#6],
פײגע-הינדע
גאָלדבערג [#10],
חיה
גרין [#17], נחמה
ראָזענצװײַג [#20], בלומקע
זיסמאַן [#23], חנה
זאַנד [#24], חנה
שעכטערמאַן [#25], דאָראַ
װאַסערהאָלץ [#27],
מינדל
אײדלשטײן [#2],
און
ליבע סאָבאָל [#21].
די לעצטע צוויי צוליב זייער שווענגערן. עס פֿאַרבלײַבן אויך צוליב זייער
יונגן
עלטער מלכּה
געגערמאַן [#8]
און חנה
נױמאַן [#1].
1.
דער פּאַסטעך מעלדעט אַז ער האָט פֿאַר זײ נײַע בעטן – צײַטװײַליקע, אָבער
בעסער
װי שלאַפֿן אױף דר'ערד אין שלאָף-זעק.
2.
בײַם צוגרײטן די שבת-מאכלים װערט אַ שטאַרקע קריגערײַ צװישן צוויי גרופּעס
מײדן
איבער װי אַזױ צוצוגרײטן דאָס עסן (דער עיקר די געפֿילטע פֿיש). לוטשיאַנאַ
דעל-מאָנטע [#6]
קומט אָן, נעמט די זאַך אין האַנט, און מאַכט שלום צװישן זײ.
3.
בעת דער נאָכמיטאָג לימוד, דערצײלט דער פּאַסטעך װעגן דער אַנטשטײאונג
פֿון דער
נײַער ייִדישער הײמלאַנד מדינת-ישׂראל, און אַנטפּלעקט סוף-כּל-סוף פֿאַר
זײ אױך
אַז ער שטאַמט פֿון די אָנהײב יאַרן פֿון 21סטן יאָרהונדערט.
4.
נאָך די לימודים קומט זיך צונױף אַ גרופּע מײדלעך אין אַ פֿאַרמעסט מיט
רעמאָט-קאָנטראָלירטע
אױטאָמאָבילעכלעך. רבֿקה
יודלמאַן [#18] געװינט.
5.
פּונקט פֿאַרן ליכט-בענטשן, װען אַלע זײַנען גרײט פֿאַר שבת, רעדן זיך די
מײדן
אַראָפּ פֿון האַרצן, באַטראַכטנדיק די מעלות און חסרונות פֿון
פֿאַרבלײַבן צי
ניט. פֿאַר אַ גרױסער טײל פֿון זײ איז נאָך אַלץ גאַנץ שװער צו באַשליסן.
זײ עצהן
זיך אױך מיט די װאָס האָבן שױן באַשלאָסן.
6.
נאָך דער קבלת-שבת תּפֿילה, רעדן זיך אַדורך אַ צאָל מײדן װעגן דער
קװאַליטעט פֿון
די חזנות פֿון דעם פּאַסטעכס דאַװנען.
7.
די ערבֿ-שבת סעודה איז אַ געלונגענע. מע זיצט אַרום די טישן עסנדיק,
רײדנדיק, און
זינגענדיק –פֿאַרברענגענדיק גוט אין אַ װאַרעמער און פֿרײַנטלעכער
שבתדיקער
אַטמאָספֿער.
1.
שבת אין דער פֿרי הײבט זיך אַן שטיל – װי סע דאַרף זײַן – מיטן דאַװענען
און אַ לײַכטן
קידוש. נאָך דעם גיט דער פּאַסטעך אַ לעקציע איבער דער פּרשה פֿון דער
װאַך – ספֿר
ױקרא – און אין אַ קורצער צײַט שפּעטער פּראַװעט מען אַ יום-טובדיקן שבת
סעודה.
2.
נאָך דער סעודה גײט מען זיך פֿונאַנדער, זיך אָפּרוען. אַ טײל פֿון די
מײדלעך באַטראַכטן
װידער דעם מצבֿ און עצהן זיך אײנע מיט דער אַנדערער װאָס צו טאָן: צי
פֿאַרבלײַבן דאָ
מיטן פּאַסטעך – און זײערע חבֿרטעס – צי נעמען אױף זיך די ריזיקע און
פֿאַרלאָזן.
3.
בעת דער אָפּרו-פּעריאָד, צערעדט זיך אַ גרופּע מײדן װעגן אַן אַנדער מײדל
– נחמה
ראָזענצװײַג [#20] –
און מאַכט פֿון איר חוזק, און נאָך ערגער: גיט אָן רמזים, אַז זי װאַרפֿט
זיך
אונטער יעדן מאַנסביל װאָס זי באַגעגנט – און באַשולדיקט איר אַפֿילו אין
ניט-אָנשטענדיקן
אױפֿפֿירן זיך מיטן פּאַסטעך אַלײן. נחמה װערט אָנגעבײזערט װען זי הערט
דאָס, און באַפֿאַלט
מיט גרױס כּעס דער הױפּט זידלערין – חנה
אַלטמאַן [#14]. דאָס צעבײַלן זיך װערט אױפֿגעשטעלט נאָר אַ
דאַנק
דעם אינטערװענץ פֿון מירל
פּערלמאַן
[#16].
װען
דער פּאַסטעך קומט אָנצולױפֿן – מיט גרױס כּעס װאָס מע צעשטערט די הײליקײט
און רו פֿון
שבת, דערצײלט נחמה די שױדערלעכע פּאַסירונגען און דערפֿאַרונגען פֿון װי
מע האָט איר
אױסגענוצט פֿון זינט זי איז אַן אומשולדיק 13-יעריק מײדל געװען. די צװײ
צעקריגטע
מײדלעך מאַכן שלום – און אַלע גײען זיך פֿונאַנדער. דער פּאַסטעך האַלט
זיך אײַן פֿון
זײ אױסטײלן אַ שטראָף.
4.
אין אָװנט, נאָך הבֿדלה, פֿירט מען אַדורך אַ מלװה מלכּה סעודהלע.
גלײַכצײַטיק
גײען זיך טובֿלען די מײדלעך װאָס גײען חתונה האָבן – װי עס פֿירט זיך בײַ
ייִדן.
אין דער צײַט, טרעפֿט זיך דער פּאַסטעך מיט יעדער אײנער פֿון די מײדן, סײַ
מיט די װאָס
האָבן זיך שױן אָנגעבאָטן אַז זײ זײַנען גרײט מיט אים חתונה צו האָבן, סײַ
מיט
יענע װאָס האָבן זיך ביז אַהער אָפּגעהאַלטן פֿון אָנגעבן אַן ענדגילטיקן
ענטפֿער.
צום סוף, לאָזט זיך אַרױס, אַז אַלע װערן איבערצײַגט אַז קײן בעסערן
אױסװעג איז ניטאָ
פֿאַר זײ – און אַלע זײַנען מסכּים אָנצונעמען דעם פּאַסטעכס באַדינגונגען
פֿאַרן פֿאַרבלײַבן
אין שטעטל בראשית און מיט אים חתונה צו האָבן.
קאַפּיטל 10: מאַן און פרויען (זונטיק-חתונה)
1)
אין דער פֿרי איז אַלץ שטיל. די מײדן גרײטן זיך גײַסטיש צו צו זײער "גרױסן
טאָג"
– די חתונה.
2)
אפֿשר דער אָנגעשטרענגסטער פֿון אַלע איז דער פּאַסטעך אַלײן. ער רופֿט
אַלעמען
צונױף נאָך מיטאָג האַרט פֿאַר דער חתונה און דערפרײדט אַלעמען מיט אַ
סורפּריז: –
ער האָט פֿאַר זײ אָנגעגרײט אמתע חתונה קלײדער – יעדן קלײדל לױט דער מאָס
פֿון די
מײדן – און אױך קאָסמעטיק און צירונג. זײ באַפֿאַלן דעם אוצר מיט גרױס
פֿרײד און
חשק.
3)
אַזײגער 19:00 קומען זיך אַלע װידער צונױף – שױן אָנגעטאָן, און דער
פּאַסטעך פֿירט
יעדע אײנע אַרויף פֿאַר איר קדושין-צערימאָניע (אַחוץ פֿאַר די צװײ
ייִנגסטע).
4)
נאָך די קידושין, פֿירט דער פּאַסטעך אַרײַן יעדע חתונה געהאַטע אין זײַן
געצעלט (אַ
חוץ פֿאַר די צװײ שװאַנגערע פֿרױען). נאָכן פֿאַרברענגען ניט מער װי 5
מינוט מיט
יעדער אײנער רופֿט ער אַרײַן די קומענדיקע. פֿאַקטיש אָבער, גײען אַדורך 5
טעג פֿאַר
יעדער אײנער פֿון זײ – און דער פּאַסטעך פֿירט זײ אױף אַ האָניק רײַזע אין
כּלערלײ
טײלן פֿון דער װעלט. װען זײ באַװײַזן זיך, האָט יעדע אײנע װאָס צו
דערצײלן, און
אױך װײַזן – װײַל זײ האָבן אױך אײַנגעשאַפֿן זאַכן (יעדע לױט איר געשמאַק).