====================================================================
מער קיין פּחד
ניט: I -דער פּאַסטעך!

כראָניק פון אַ
נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
– © לייבל באָטוויניק. זומער 2011.
ה'תשע"א
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =
קאַפּיטל 5
5.1
פון פּאַסטעכס טאָג-בוך:
- דינסטיק,
דעם 28סטן מערץ,
1911
"הײַנט
האָב איך זײ אָנגעהױבן צוריק פֿאַרבינדן מיט "דער אמתער װעלט" (און האָפֿנטלעך דורך דעם קלאָרער מאַכן פֿאַר זײ זײער אײגענעם מצבֿ) – איך האָב זײ געבראַכט צײַטונגען װאָס דערצײלן װאָס איז געשען אינעם טרײַענגל-פֿײַער, און זײ צוגעזאָגט, אַז איך װעל זײ האַלטן אינפֿאָרמירט װעגן װאָס עס קומט פֿאָר אין דער דרױסנדיקער װעלט. דערװײַלע זײַנען
מיר אָנגעגאַנגען מיט די פּלענער
בײַם אױפֿשטעלן אַ װאױנאָרט – אונדזער שטעטעלע
"בראשית". איך האָב זײ אױך געלערנט אַ ביסל װעגן די טומלדיקע יאַרן
1911-1918, מיט דער אַזױ-גערופֿענער
"גרױסע מלחמה" (איך האָב זײ נאָך ניט אױסגעזאָגט אַז אין שפּעטערע יאָרן װעט מען דאָס אָנרופֿן "די ערשטע װעלט מלחמה", – פֿאַר פֿאַרשטענדלעכע סיבות...).
דער גרױסער סורפּריז פֿונעם טאָג, אָבער, איז געװען די אַנטפּלעקונג פֿון העניע גאָלדבערג (אָדער װי זי האָט געבעטן מע זאָל זי אָנרופֿן: פײגע-הינדע), בעת דער אָװנט-פּראָגראַם..."
[זעט
אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]
פאָרויס
צו: 5.1.1
דעם טאָג-פּלאַן
פאָרויס
צו: 5.2 טרײַענל-פלאץ
צוריק צום תּוכן פון
קאַפּיטל 5