מער קיין פּחד ניט:
I
- דער פּאַסטעך!
כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך –
די ערשטע פאַזע
* * *
איך װיל ניט קײן אײַזערנע קײטן.
איך װיל ניט קײן גאָלדענע קרוין.
די קנעכטשאַפט איז מיאוס און ביטער,
זי מעג זײַן די גאָטהייט אַליין..."
- "איך װיל ניט קײן אײַזערנע קײטן" פון ברוך
וולאַדעק
דאָס
בוך איז געווידמעט אַלע פרויען אויף דער וועלט,
אָנהייבנדיק מיט מײַנע אייגענע:
§ מײַן טײַערער מאַמען וואָס האָט מיר געלערנט דרך-ארץ פאַר
פרויען
§ מײַן טײַערער פרוי און לעבנס-באַגלייטערין מלכּה
§ מײַן טײַערן טעכטערל מרים (וואָס מיר רופן זי אויך
מירעלע און מירעלאַ) – זי זאָל אויסוואַקסן אין אַ בעסערער וועלט
די באַאַרבעטונג פון דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך איז אַ ספּעציעלע מתּנה מרימען. עס איז אַ פּועל-יוצא פון די
צוגרייטונגען צו איר בת-מצווה שמחה, וואָס איז פאָרגעקומען מערץ-אַפּריל 2006, און
וואָס איז על-פּי צופאַל געפײַערט געוואָרן (און אפשר גאָר באַשערט געווען צו
ווערן געפײַערט) פּונקט שבת-קודש פּרשהס ויקהל-פקודי, כ"ה אדר, ה'תשס"ו
– דעם 25סטן מערץ 2007 – גענוי מיט 95 יאָר שפּעטער...
* אַ הערה צו דעם טיטל.
פאַראַנען דרײַ מעגלעכע ווערטער פאַר דעם געדאַנק (און געפיל) פון "פּחד".
בײַ ווײַנרײַכן - אין זײַן ייִדיש-ענגלישן-ענגליש-ייִדישן ווערטערבוך געפינט מען די פאָלגנדיקע טײַטשן:
די מורא | Fear, apprehension |
דער פּחד | Fear, dread, awe, (psychol.) anxiety |
די/דער שרעק | Fear, alarm, terror |
דאָס וואָרט "מורא" וואָלט כּמעט געפּאַסט, נאָר היות ווי עס האָט אויך אַ שייכות מיט גאָטספאָרכטיקייט - מיט יראת שמים - האָב איך באַשלאָסן אַז עס פּאַסט ניט צו צו דער געשיכטע.
דאָס וואָרט "שרעק" צײַגט אויך גיכער אָן אין א צײַטווײַליקן (אפילו איינמאָליקן) פּחד - ווי מיט זײַן ענגלישן טײַטש "טעראָר".
פון די דרײַ, איז פאַרבליבן "פּחד" - וואָס לויט דעם באַנוץ קען דאָס אויך מיינען אַ (רעלאַטיוו) לאַנג-דויעריקן פּחד - און אַזוי איז טאַקע געווען בײַ די אַרבעטערינס פון טרײַענגל פאַבריק. דאָס אויסנוצן זיי טאָג-אײַן טאָג-אויס, די פאַרשיידענע דראָאונגען און פּסיכאָלאָגישער דרוק וואָס איז אַרויפגעצוואונגען געוואָרן אויף זיי (און אויך אין אַנדערע סוועטשאַפּן) קען מען, מיין איך, אַמבעסטנס באַשרײַבן מיט דעם טאָג-טעגלעכן "פּחד" וואָס האָט געלויערט אויף די אומשולדיקע קרבנות פון דעם שרעקלעכן טרײַענגל פאַבריק פײַער אין ניו-יאָרק, פון 1911 - וואָס ווערט באַשריבן אין דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך.
תוכן