====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 5

5.3 מיטן העמרל קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ

צוריק צו: 5.2 טרײַענגל-פּלאַץ

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "מיטן העמערל קלאַפ, קלאַפּ, קלאַפּ"

********

(09:00)

נאָכן עסן און נאָכן אָפּבענטשן, גרײטן זיך די מײדלעך נאָכצופֿאָלגן דעם פּאַסטעך דורך דעם װעלדל אױפֿן װעג צו דעם אָרט װאָס װערט פּלאַנירט פֿאַר זײער נײַעם שטעטל "בראשית". אַלע קומען זיך צונױף פֿאַר דעם פּאַסטעכס געצעלט. ער כאַפּט זיך אױף אַ מינוט אַרײַן, און קומט באַלד אַרױס שלעפּנדיק פֿון דאָרט אַ גרױסע זאַק, און הײסט די מײדלעך אױסקלײַבן היטלעך צי טיכלעך כּדי צו באַדעקן די קעפּ קעגן דער זון. ער טוט אַלײן אָן אַ הוט, און קוקט אױף זײ. פּלוצלונג הײבט ער אָן לאַכן.

חיה גרין [#17], װאָס איז װײַזט אױס סענסיטיװ צו װען מע לאַכט פֿון איר אָפּ, װערט רױט אין פּנים מיט כּעס, און װענדעט זיך צום פּאַסטעך: "אױף װעמען לאַכסטו? מיט װאָסערע רעכט האָסטו צו לאַכן אױף אונדז? דײַן היטל זעט אױך אױס קאָמיש..."

דער פּאַסטעך האַלט זיך אײַן פֿון לאַכן װײַטער און קלערט פֿאַר זײ אױף פֿאַרװאָס ער לאַכט.

– "איר פֿאַרשטײט ניט. ניט צוליב די היטלעך, נאָר אין אַלגעמײן. איר זײַט אַלע אָנגעטאָן שײן, װי איר װאָלט איצט אַרױסגעגאַנגען צו דער אַרבעט אין אײַער נײ-פֿאַבריק. אָדער גאָר אױף אַ פּיקניק..."

– "װאָס איז אַ פּיקניק?" פֿרעגט צילע גאָלדין [#9]. מע קלערט איר אױף.

– "נעכטן, זײַנען מיר טאַקע אַרױס אין יענעם אָרט און אַ ביסל געאַרבעט, אָבער דאָס איז ניט געװען קײן אמתע אַרבעט, דאָס איז געװען מער װי אַ שפּאַציר מיט אַ מין שפּיל פֿון צובינדן שטריק צו סטױפּן. אָבער הײַנט, װעט איר דאַרפֿן אָנהײבן אַרבעטן אױף אַן אמת. און כאָטש איך האָב פֿריִער ניט געטראַכט פֿון דעם, זע איך איצט אײַן, אַז איר װעט דאַרפֿן האָבן אַרבעטס קלײדער און אױך אַרבעטס שיך. פֿאַר אײנװעגס, װעט איר אױך דאַרפֿן אױף שפּעטער פּאַסיקע בגדים און שיך פֿאַר ספּאָרט און פֿאַרן איבן זיך. די איצטיקע קלײדער טױגן ניט פֿאַר אַזעלכע אַקטיװיטעטן. װאַרט צו אַ װײַלע. איך קום באַלד צוריק."

און מיט דעם, דרײט ער זיך אױס, כאַפּט זיך װידער אַרײַן אין זײן געצעלט, און קומט באַלד אַרױס.

– "גוט, איך בעט אײַך, כאַפּט זיך בײַ מיר אַרײַן אין געצעלט, און דאָרט װאו איר האָט אײערנעכטן (זונטיק) געפֿונען די איצטיקע קלײדער, װעט איר דאָרט געפֿינען צװײ באַזונדערע סאָרטן בגדים. אײן סאָרט איז פֿאַר ספּאָרט, און די צװײטע סאָרט איז פֿאַר שװערער אַרבעט. דאָרט װעלן אױך זײַן שװערע אַרבעטס שיך, און אױך באַקװעמע ספּאָרט שיך. זײַט אַזױ גוט, נעמט דאָס װאָס איר דאַרפֿט. די ספּאָרט קלײדער קענט איר גענױער מעסטן און אױספּרובירן שפּעטער. איצט װיל איך אַז איר זאָלט זיך גלײַך איבערטאָן, און אַרױסקומען אַהער, כּדי מיר זאָלן פֿאַרזעצן און אַרױסשפּאַצירן צו דער אַרבעט."

די מײדלעך טוען װי ער האָט זײ געהײסן, און זײערע אױסגעטאָנענע קלײדער און שיך (צוזאַמען מיט די ספּאָרט קלײדער און שיך) פֿירן זײ אַרײַן, יעדע אײנע צו זיך אין געצעלט, און קומען באַלד װידער צוריק צום פּאַסטעך. ער טײלט זײ אױס פֿלעשלעך װאַסער, הענטשקעס, און די נײטיקע מכשירים פֿאַר דעם טאָגס אַרבעט. ער קלערט אױף פֿאַר זײ געװיסע יסודות פֿון אַרבעטן זיכער: טראָגן הענטשקעס און ברילן בײַם קלאַפּן און האַקן, װי אַזױ ריכטיק זיך אײַנבײגן און אױפֿהײבן שװערע מאַסעס, און אַװדאי װעגן טרינקען אַ סך װאַסער. ער דערמאָנט זײ, אַז זײ אַרבעטן ניט אַלײן, נאָר מיט אַנדערע, און זאָלן כּסדר אױפֿפּאַסן אױף דעם אַרום, סײַ אַז װאָס זײ טוען זאָל ניט שטערן אָדער חס ושלום באַשעדיקן אַנדערע, סײַ זען אַז אַנדערע זאָלן זײ ניט װעלנדיק קײן שלעכטס טאָן.

– "יעדע אײנע פֿון אײַך איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר איר אַרבעטס שטח, און גלײַכצײַטיק מוז זײַן פֿאָרזיכטיק און זיך אױפֿפֿירן ריכטיק אין דעם אַרבעטס שטח פֿון די װאָס געפֿינען זיך אַרום איר. למשל, װאָס פֿאַר אַ טעם האָט עס אױב צװײ פֿון אײַך גראָבן גריבער, און אײנע װאַרפֿט די ערד אױף דער אַנדערער... איר װעט, אַגבֿ, זיך טײלן מיט דעם גראָבן. יעדע אײנע זאָל אָפּאַרבעטן אַרום אַ פֿערטל שעה, און דערנאָך איבערגעבן דעם רידל אַ צװײט מײדל. דאָס זעלבע בײַם אָפּזעגן און אָפּהאַקן די בײמער מיט זײערע צװײַגן: איר זאָלט אַלע פֿערטל שעה זיך מיט עמעצן בײַטן."

אױפֿן װעג צו דער אַרבעט הערן זײ װי דער פּאַסטעך ברומט אונטער און זינגט צו זיך אַ לידל אָדער צעפײַפט זיך אַ ניגון, האַקט אָפּ, און נעמט זיך צו עפּעס אַנדערש. בײַם דריטן לידל, רײַסט אים איבער דאָראַ װאַסערהאָלץ [#27], און פֿרעגט אים װאָס ער זינגט. עפּעס האָט זי דערקענט אַ ניגון, אָבער די אַנדערע ניגונים זײַנען איר געװען אומבאַקאַנט.

– "דאָס זײַנען לידער װאָס האָבן עפּעס צו טאָן מיט אַרבעט."

ער זינגט פֿאַר זײ הױך, און דאָראַ מיט נאָך עטלעכע בעטן דעם פּאַסטעך ער זאָל זײ נאָכאַמאָל אױסזינגען, כּדי זײ אױסצולערנען די לידער.

ער לערנט זײ "אָ העמערל, קלאַפּ" פֿון רײזען, "דעם מילנערס טרערן" פֿון װאַרשאַװסקי (אַנדערע, אַחוץ דאָראַ האָבן דאָס אױך דערקענט, אָבער ניט גענױ געװאוסט די אַלע װערטער), "מיטן העמערל", און נאָך לידער. די מײדלעך אין די טיך און היטלען, און אַ טײל מיט אַרבעטס-הױזן שלענגלען זיך דורך דעם װאַלד, צװישן בײמער און קוסטעס, ביז זײ קומען אָן.

די אַרבעט הײַנט איז אַ מער ערנסטע. אַ טײל פֿון די מײדלעך הײבן אָן אױסגראָבן לעכער. אין די לעכער װעט מען שפּעטער אַרײַנגיסן צעמענט (װאָס דער פּאַסטעך װעט פֿאַר זײ פֿאַרזאָרגן) און אַרײַנברױכן סלופּעס װאָס װעלן װערן די יסוד-שטאַנגען פֿון די צוקונפֿטיקע בנינים װאָס זײ װילן אױפֿשטעלן. אַ טײל מײדלעך װערן אַרױסגעשיקט אין די אַרומיקע פֿעלדער אָפּזעגן און אָפּהאַקן בײמער פֿאַר זײערע שטאַמען צו װערן דערנאָך באַנוצט טאַקע פֿאַר די דאָזיקע יסוד-שטאַנגען.

די מײדלעך און פֿרױען װאָס קענען ניט, צי טאָרן זיך ניט פֿאַרנעמען מיט די שװערערע אַרבעט, זײַנען פֿאַרטאָן אין אָפּמעסטן די מרחקים צװישן סלופּע און סלופּע, אױסטײלן װאַסער, און אַנדערע סאָרטן לײַכטערע אַרבעטן און שליחותן. אַזױ אַרום, זײַנען אַלע באַשעפֿטיקט און פֿאַרנומען. מע אַרבעט שװער, מע שװיצט און מע האָרעװעט. אַ טײל פֿון די מײדלעך געפֿעלט די נײַע סאָרט אַרבעט אין דער פֿרישער לופֿט, אונטערן פֿרײען הימל, און אַ טײל איז נאָך שװער זיך צוצוגעװאױנען צו דעם, און מע הערט פֿון זײ װי זײ באַקלאָגן זיך: "ס'איז צו הײס", "איך קען מער ניט", "איך בין אַ נײטאָרין, ניט קײן גרובן-גרעבערין", "די שיך שטעכן מיר", און נאָך.

װען סאָסיע טײטלבױם [#15] הערט װי זיסע װײַנבערג [26#] דריקט זיך אױס אַז "דאָס איז ניט קײן אַרבעט פֿאַר אַ פֿרױ", װערט זי אױפֿגערעגט, און ענטפֿערט איר אַזױ:

– "קודם כּל, איז ניטאָ װער נאָך זאָל דאָס טאָן. אַ חוץ פֿאַרן פּאַסטעך, איז דאָ ניטאָ קײן אַנדער מאַן. און צװײטנס, פֿאַרװאָס קען אַ פֿרױ דאָס ניט טאָן? אמת, ניט אַלע פֿרױען זײַנען פֿעסט-געבױט פֿאַר אַזאַ שװערער אַרבעט. אָבער אױך ניט אַלע מענער... בײַ אונדז אין דער משפּחה, און בכלל אין אונדזער שטעטל, זײַנען די פֿרױען דװקע געװען די שטאַרקערע, און די בחורים און מענער פֿלעגן מיר שיקן לערנען. מיר האָבן געטאָן די שװערע אַרבעט. ניט די מענער..."

מירל פּערלמאַן [#16], װאָס איז פּונקט דאָרט פֿאַרבײַגעגאַנגען הערט דעם אױסטױש פֿון רײד און באַקלאָגן זיך, און שטיצט זי אונטער:

– "סאָסיע איז גערעכט. אַ פֿרױ קען אַלץ טאָן. אױב יאָ, זײַנען די מענער מער באַגרענעצט..."

אַזײגער 10:30 שטעלט דער פּאַסטעך אַלעמען אָפּ, און גיט זײ 15 מינוט זיך צו דערקװיקן. אין דער צײַט, גײט ער אַרום צװישן זײ, און באַטראַכט זײ פֿיזיש, דער עיקר זײערע הענט, כּדי צו זען צי זײ האָבן ניט אָפּגעריבן די הױט, אָבער אױך, בכלל, צי עמעצער האָט זיך ניט צעקלאַפּט צי צעשניטן. ער נעמט מיט זיך מיט זיסע װײַנבערג [#26], און חנה נױמאַן [#1], און קלערט פֿאַר זײ אױף װאָס צו זוכן, און װי צו באַהאַנדלען קלײנע װאונדן און אױסגעדרײטע, צי צעקלאַפּטע עברים.

דער פּאַסטעך ראַט אַלעמען און קלערט װידער אױף פֿאַר אַלעמען (אױך סאָסיען, און אױך גיטל גערשנזאָן [#3], װאָס שטאַמט פֿון אַ משפּחה שמידן, און װײסט װי אַזױ צו אַרבעטן בײַ שװערער מלאָכה), אַז זײ זאָלן טראָגן הענטשקעס כּדי צו פֿאַרטײדיקן די הענט, און זיך אױך זאָרגן פֿאַר די אױגן און פֿאַר די פֿיס.

– "דערמאָן מיר, זיסע, װען מיר קומען צוריק צו די געצעלטן, אַז איך זאָל פֿאַרצײכענען בײַ זיך צו אָרגאַניזירן עטלעכע לעקציעס װעגן מעדיצינישער ערשטער-הילף. דאָס הײסט, לערנען װאָס צו טאָן גלײַך װי אַ נױטפאַל געשעט, – ניט אױף קײנעם געדאַכט, – װען עמעצער זאָל חלילה פֿאַלן און צעברעכן אַ בײן, צעשנײַדן זיך, אָדער װערן װי עס זאָל ניט זײן צעקלאַפּט אָדער פאַרװאונדעט, װי אױך אַנדערע שטרױכלונגען – זאָל גאָט אָפּהיטן, – װי למשל חלשן, כאַפּן אַ האַרץ-אַטאַקע, און אַזױ װײַטער."

אַזײגער 12:00, – אַ שעה פֿאַר דער צײַט װאָס האָט געזאָלט זײַן אָפּגעגעבן פֿאַר דעם, – רופֿט ער אַלעמען צונױף און שטעלט אָפּ די אַרבעט.

– "איך מײן אַז דאָס איז גענוג אױף הײַנט. איר זײַט נאָך ניט גרײט אױף מערער. איך האָב אָבער באַמערקט, אַז איר האָט פֿונדעסטװעגן אַ סך דערגרײכט הײַנט. איר האָט גוט געאַרבעט. מאָרגן װעלן מיר פֿאַרזעצן. קומט, לאָמיר זיך צוריק אַהײמנעמען, זיך אָפּװאַשן, און מירן הײַנט אָפּעסן פֿריִער, אַזײגער 12:30, אַנשטאָט 1:00 נאָכמיטאג. אַזױ אַרום, װעט איר אױך האָבן מער צײַט זיך אָפּצורוען פֿאַר די לימודים הײַנט."

אױפֿן װעג צוריק, זינגען זײ װידער צוזאַמען עטלעכע פֿון די לידער װאָס דער פּאַסטעך האָט אין דער פֿרי מיט זײ געזונגען.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 5.2 טרײַענגל-פּלאַץ

פאָרויס צו: 5.4 לימודים – II – וויסנשאַפט און וויסנקראַפט

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל