====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. זומער 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

קאַפּיטל 5

5.2 טרײַענגל-פּלאַץ

צוריק צו: 5.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

************************************

פראַגמענט פונעם ליד "אַלע מענטשן זײַנען ברידער"

********

(06:00 – 06:30)

אַלע שטײען אױף, גרײטן זיך צו, און פֿאַרזאַמלען זיך פֿאַר דעם פּאַסטעכס געצעלט.

– "גוט מאָרגן אײַך אַלעמען. אײדער מיר גײען אָן װײַטער מיט אונדזערע נאָרמאַלע טאָג-טעגלעכע אַקטיװיטעטן, װיל איך אײַך בעטן, אַז מיר זאָלן אַלע צוגײן דאָרט אױפֿן אָרטבײַם ברעג אָזשיערע, – װאו מיר זײַנען אָנגעקומען יענעם גורלדיקן מוצאי שבת, מיט עטלעכע טעג צוריק. פֿון איצט אָן און װײַטער, װעט דאָרט זײַן אונדזער זאַמל-פּלאַץ, ביז װאַנען מיר װעלן ניט אײַנשאַפֿן אַ זאַמל-אָרט אין דעם נײַעם שטעטל "בראשית" װאָס מיר שטעלן איצט אױף."

װען זײ קומען דאָרט אָן, זעען זײ אױף דער זאַמד אַ קרײַז אפֿשר 2 מעטער די ברײט, מיט אַ מין פֿאָן אױסגעשטעלט פֿון קאָלירטע שטײנער.

– "דאָס איז שײן," רופֿט זיך אָפּ חנה נױמאַן [#1] אַ צופֿרידענע, און פּאַטשט מיט די הענט. "איך זע דאָרט די אַלע קאָלירן פֿון אונדזערע הײַזער: גרין, רױט, בלױ, געל, און ברױן, און אױך אַ פּאַסטעך-שטאָק. װער האָט עס געמאַכט?"

דער פּאַסטעך שמײכלט ברײט:

– "װער מײנסטו?... איך האָב עס נעכטן בײַנאַכט געמאַכט, װען איר זײַט אַלע געשלאָפֿן. דאָס איז אַ מין פּרואװ צו שאַפֿן אַ פֿאָן פֿאַר אונדזער נײַער מלוכהלע. איך האָף אַז עס געפֿעלט אײַך."

– "עס דערמאָנט אַ ביסל אין פּרצעס ליד "אַלע מענטשן זײַנען ברידער", כאָטש דאָ זײַנען מיר אַלע שװעסטער," גיט צו חנה שעכטערמאַן [#25] מיט אַ שמײכל.

פֿאַרשײדענע מײדלעך דריקן אױס זײערע מײנונגען: סײַ פּאָזיטיװ, און סײַ נעגאַטיװ.

– "איך װיל דערבײַ אַנאָנסירן, אַז דער דאָזיקער אָרט װעלן מיר במשך פֿון דער צײַט באַפּוצן, – אַלע מאָל אַ ביסל, – ביז מיר װעלן דאָ האָבן אַן אָנשטענדיקע זאַמל-אָרט. אין אַ יאָר אַרום, בײַם יאָרצײַט פֿון דעם טרײַענגל-פֿײַער, װעלן מיר אױפֿשטעלן אַ דענקמאָל פֿאַר די אומשולדיקע קרבנות, און דאָ אַדורכפֿירן אַן אָפֿיציעלע צערימאָניע אָפּצומערקן די טראַגעדיע. דערבײַ װעלן מיר גלײַכצײַטיק פֿאָרמעל באַנײַען אונדזער פֿאַרפֿליכטונג אַז אַזעלכע זאַכן זאָלן מער ניט פּאַסירן. הײַנט װיל איך מיט אײַער גוטהײסונג דעקלאַרירן דעם אָרט פֿאַר אונדזער דענקמאָל-אָרט פֿאַר יערלעכע אָנדענק-צערימאָניעס. דעם אָרט װעלן מיר אַ נאָמען געבן "טרײַענגל-פּלאַץ". יאָרײַן, יאָר-אױס, װעלן מיר זיך דאָ צונױפֿנעמען. און דערװײַלע, ביז מיר װעלן ניט אַריבערגײן אין שטעטל "בראשית" װאָס מיר בױען, װעלן מיר יעדן טאָג, אין דער פֿרי בײַם אױפֿשטײן, זיך דאָ פֿאַרזאַמלען. צי האָט עמעצער פֿראַגעס, אָדער װיל עפּעס צוגעבן אָדער באַמערקן?"

די מײדלעך שװײַגן אַלע. די טראַגישע פּאַסירונגען זײַנען נאָך צו פֿריש אין זײערע זיכרונות, און זײערע עמאָציעס זײַנען צו אָנגעצױגן, אַז עמעץ זאָל זיך אױסדריקן נעגאַטיװ װעגן דעם פּאַסטעכס פֿאַרשלאָג.

– "פֿאַרשטײט זיך, אַז איך װעל אײַך לאָזן אַלײן אױסאַרבעטן דעם גענױעם פּראָגראַם און אינהאַלט פֿון די צערימאָניעס. אַפֿילו די פֿאָן איז נאָר אַן אָנגעװאָרפֿענע געדאַנק, און מוז ניט זײַן אַזױ װי איך שטעל עס דאָ פֿאַר אײַך פֿאָר... איך נעם אָן, אַז אַלע פֿאַרשטײען דאָס?"

די מײדלעך שאָקלען צו מיט די קעפּ.

– "צי איז עמעצער קעגן?" פֿרעגט װײַטער דער פּאַסטעך.

די מײדלעך קוקן זיך אָן אײנע דער אַנדערער. אַלע זײַנען מסכּים, אין פּרינציפּ, מיט דעם פּאַסטעכס פֿאָרגעלייגטן פּלאַן.

דער פּאַסטעך נעמט װײַטער אָנפֿירן די פֿאַרזאַמלונג װי אין די פריערדיקע טעג, מיט קורצע אַנאָנסן און ידיעות. דערנאָך טײלט ער זײ מיט, אַז ער האָט פֿאַר זײ אַ סורפּריז. ער האָט פֿאַר זײ די צײַטונגען פֿון די לעצטע עטלעכע טעג (2 ייִדישע, 2 ענגלישע, עטלעכע פֿון אַנדער-שפּראַכיקער פּרעסע: רוסיש, פּױליש, און אַפֿילו איטאַליעניש), װאו עס װערן אָנגעגעבן װיכטיקע נאָטיצן און באַהאַנדלונגען װעגן דער טרײַענגל-פֿײַער טראַגעדיע.

ער גײט צו אין אַ זײַט װאו ער האָט זײ אין פֿאָרױס צוגעגרײט, עפֿנט אײנע פֿונאַנדער ברײט, און לײענט פֿאַר זײ פֿאָר עטלעכע אינפֿאָרמאַציעס. ער זאָגט צו, אַז ער װעט זײ יעדן טאָג ברענגען די צײַטונגען, זײ זאָלן װיסן װאָס עס קומט פֿאָר, און װי עס גײט אָן די פֿאָרשונג. ער טײלט אױס די צײַטונגען – װער עס װיל זען. אײן מײדל, סאָניאַ װעכטער [#29], הײבט אָן לײענען, און פּלוצלונג גיט אַ הױכן געשרײ, און חלשט אַװעק – זי זעט דעם נאָמען פֿון איר חתן מיט װעלכע זי האָט געזאָלט אינגיכן חתונה האָבן... דער פּאַסטעך קומט גיך אָן מיט אַ פֿלעשל װאַסער איר צו דערקװיקן, נאָר דער טומל אַרום איר װאַקסט נאָך מער, װען אײניקע פֿון די מײדלעך, לײענענדיק די טײלװײַזע רשימה פֿון די װאָס זײַנען אומגעקומען – דערשפּירן זײ זײערע אײגענע נעמען צװישן די אומגעקומענע... אַ טײל פֿון די מײדלעך הײבן אַן װײנען. מע נעמט זיך אַרום און ס'װערט צװישן זײ אַ געיאָמער.

– "טײַערע מײַנע, זײַט מוחל," באַמיט זיך דער פּאַסטעך זײ אַ ביסל אײַנשטילן. "עס טוט מיר טאַקע לײד, װאָס איר דאַרפֿט, אין אַ געװיסן זין, איבערלעבן און װידער איבערמאַכן די טראַגעדיע פֿון דעם פֿײַער, דורך די נאָטיצן און באַשרײַבונגען אין די צײַטונגען. איך האָב אָבער געהאַלטן פֿאַר נױטיק, אַז קײן זאַך זאָל מען פֿון אײַך ניט באַהאַלטן, װי שװער עס זאָל ניט זײַן צו פֿאַרדײַען, און אַקצעפּטירן. צי האָב איך דאָ געמאַכט אַ טעות? צי האָב איך אפֿשר באַדאַרפֿט פֿון אײַך באַהאַלטן די דאָזיקע פֿאַקטן, און די צײַטונגען בפֿרט? אָדער אפֿשר כאָטש האַלטן אױף שפּעטער, װען די װאונדן זײַנען ניט אַזױ פֿריש? איך אַנטשולדיק זיך זײער פֿאַר אײַך. נאָר זאָגט מיר: װאָס זאָל איך טאָן? װי זאָל איך האַנדלען?"

חנה זאַנד [#24], װאָס איז צװישן די עלטסטע (30 יאָר אַלט) איז די ערשטע זיך אױסצודריקן. זי איז זײער אין כּעס אױף דעם פּאַסטעך, און שרײַט אױף אים, אַז ער איז "קאַלט-בלוטיק" און אָן קײן טראָפּן רחמנות. זי זאָגט, אַז די מײדלעך זײַנען אַלע יונגע, די מערסטע נאָך ניט קײן צװאַנציק יאָר אַלט, און זײַנען נאָך אָן קײן דערפֿאַרונג אין לעבן, און אַז דאָס װעט אױף זײ װירקן שלעכט, און אַז ער האָט קײן רעכט ניט געהאַט צו עפֿענען און פֿאַרערגערן זײערע רױע װאונדן...

דערבײַ הײבט זיך אַן אַ װיכּוח, װען עטלעכע אַנדערע מײדלעך דריקן זיך אױס, אַז עס איז גוט װאָס ער האָט זײ געבראַכט די צײַטונגען, אַז זײ װילן אַז ער זאָל װײַטער אַזױ טאָן, און גאָרניט פֿון זײ באַהאַלטן.

דער פּאַסטעך באַמיט זיך אַלעמען אײַנשטילן און באַרואיקן.

– "איך בעט װידער אַנטשולדיקונג. איך האָב קײן שלעכטס ניט געמײנט דערבײַ. איר קענט מיר גלײבן, װען איך זאָג אײַך אַז ניט אַלץ װײס איך. ניט אַלץ קען איך, און דערפֿאַר װעל איך אין דער צוקונפֿט זיך עצהן מיט אײניקע פֿון אײַך, – די מער דערפֿאַרענע, למשל מיט די פֿאָרשטײערינס פֿון די הײַזער, – אײדער איך טו אַזאַ זאַך. נאָך ריכטיקער, אײדער איך טראַכט אַפֿילו צו טאָן אַזאַ זאַך..."

– "אָבער לאָמיר איצט גײן װײַטער. מיר האָבן נאָך אַ סך צו טאָן הײַנט. צו אַרבעטן און אױך צו לערנען. איך זע אַז איך האָב אױך אַ סך צו לערנען... נו גוט, לאָמיר דעם אינצידענט אַװעקשטעלן אין אַ זײַט, װי אַ גוטער בײַשפּיל, אַז מע דאַרף זײַן פֿאָרזיכטיק מיט יענעמס געפֿילן, און ממשיך זײַן... פֿאַראַן עפּעס פֿראַגעס?... נײן? גוט. אײדער איך פֿאַרגעס, האָב איך צוגעגרײט אַ פּלאַן פֿאַר די גענעראַטאָר-טרײבערינס. יעדן טאָג, װי איך האָב עס אײַך נעכטן דערקלערט, װעלן פֿינף פֿון אײַך זיך אַרױפֿזעצן אױף די גענעראַטאָר-ציקלען און דרײען די פּעדאַלן, אַן ערך אַ שעה צײַט. דאָס װעט אונדז אײַנשאַפֿן צוגאָב-עלעקטרע. איר װעט דאָס קענען טאָן אין אײַער פֿרײַער צײַט, למשל בעת דער מיטאָג אָפּרו-פּעריאָד, אָדער בײַנאַכט, פֿאַרן שלאָפֿן, – װי איר װילט."

– "איך װײס אַז איר זײַט ניט צוגעװאױנט צו דעם, און אין די ערשטע טעג װעט זײַן שװער. דעריבער, ראַט איך אײַך צו טאָן אַלץ פּאַמעלעך און זיך ניט צופֿיל אָנשטרענגען. מיט דער צײַט װעט עס גײן לײַכטער. הײַנט װעלן זיך פֿאַרנעמען מיט דעם די פֿאָלגנדיקע מײדן: די ערשטע פֿינף מײדן פֿון דער גרינער הױז, 1# חנה נױמאַן, 2# מינדל אײדלשטײן, 3# גיטל גערשנזאָן, 4# שׂרה ברײטמאַן, און 5# װעראָניקאַ דעל-מאָנטע. העניע, זײַ אַזױ גוט, און קלער אױף אױף איטאַליעניש פֿאַר װעראָניקאַן, דאָס װאָס זי דאַרף טאָן... אַ דאַנק. דרך-אַגבֿ, דאָס איז אױך גוט פֿאַרן פֿיגור, און װעט אײַך העלפֿן אַראָפּװאַרפֿן אַ פּאָר קילאָפֿאַר װער עס װיל פֿאַרלירן װאָג, און גלײַכצײַטיק איז דאָס גוט פֿאַרן פֿאַרשטאַרקן די פֿיס-מוסקולן."

– "איך זע אײַן, אַז הײַנט װעלן מיר קײן איבונגען אין דער פֿרי ניט אַדורכפֿירן. זאָל דער שפּאַציר אַהער און צוריק אונדז הײַנט דערװײַלע דינען פֿאַר דעם. טאָ לאָמיר איצט צוריקגײן צו די געצעלטן. איך גײ דאַװענען, און מירן זיך זען בײַ די עס-טישן. איר קענט אָנהײבן אַן מיר. עסט גוט, אָבער אױך ניט צופֿיל, װײַל מיר האָבן אַ סך צו טאָן הײַנט בײַם אױפֿשטעלן דעם שטעטל אונדזערן.

*************************************************

[זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן 
אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב, וועגן דעם טרײַענגל-פײַער]

צוריק צו: 5.1 פון פּאַסטעכס טאָג-בוך

צוריק צו: 5.1.1 דעם טאָג-פּלאַן

פאָרויס צו: 5.3 מיטן העמערל קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ

צוריק צום תּוכן פון קאַפּיטל 5

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל