====================================================================

צו טאָוול זייט - To TOVL ZAYT מער קיין פּחד ניט: I -דער פּאַסטעך! TRI-fon

כראָניק פון אַ נײַער תּקופה אין ייִדישן לעבן: דעם פּאַסטעכס טאָג-בוך – די ערשטע פאַזע

– לייבל באָטוויניק. פרילינג 2011. ה'תשע"א 
= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

עד כאן - תקצירUp to now - Synopsisביז אַהער - איבערבליק

טייל א':  פײַער ...

אַ וואָרט פונעם צוזאַמענשטעלער:

 דאָ וועט איר געפינען דעם ערשטן קאַפּיטל, וואָס דערציילט ווי די גאַנצע זאַך הייבט זיך אָן (לאו-דווקא ווי דער גאַנצער "פּרשה" האָט זיך אָנגעהויבן, נאָר פון וואַנען די ווײַטערדיקע מאַטעריאַלן ציען זיך). דאָ ווערט געשילדערט דער טרײַענגל-פאַבריק פײַער פון שבת דעם 25סטן מערץ, 1911, כ"ה (25) אדר, ה'תּרע"א (5671), אין ניו-יאָרק, אויף וויפל איך האָב עס געקענט באַשרײַבן, באַזירט אויף דעם טאָג-בוך און אויף אַנדערע מאַטעריאַלן וואָס איך האָב געפאָרשט אַרום דעם טראַגישן אינצידענט.

 [זעט אויך די שײַכותדיקע פאַרבינדפּונקטן אויף דעם אַלוועלטלעכן וועב וועגן דעם טרײַענגל-פײַער - זעט "פאַרבינדפּונקטן"]

[– ל.ב. ]

 = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

ס'נײַ? | שרײַב פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פ.לייבלסוועלט היים זײַטל