= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = 

VELTLeyblsVelt = לייבלסוועלט


= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = 

לייבלסוועלט

אויף דעם אָרט ווערן אָנגעזאַמלט און פאָרגעשטעלט פאַר דעם ברייטן עולם, פאַרשיידענע שאַפונגען (דערציילונגען, לידער, קונסט, א.אַז.וו.) וואָס זײַנען פאַרעפנטלעכט געוואָרן במשך פון די יאָרן, ווי אויך געוויסע וואָס זעען דאָ צום ערשטן מאָל די ליכט. עס איז דאָ כּדאי צו באַצייכענען, אַז אין דער פאַרגאַנגענהייט האָט דער מחבר זיך באַמיט יעדן יאָר צו פאַרעפנטלעכן עפּעס אַ שאַפונג, – לכּבוד זײַן געבורטסטאָג, – ווי אַ מתּנה צו דער וועלט. אַ געוויסע טייל פון וואָס דערשײַנט דאָ, געהערט צו יענע שאַפונגען.

די טעמעס זײַנען פאַרשיידענע (למשל: ליטעראַטור, וויסנשאַפט, ספּאָרט, און נאָך) דאָ וועט איר געפינען סײַ ערנסטע ווערק, סײַ סאַטירישע, סײַ פאַנטאַסטישע, – אין לידער-, פּראָזע- און קונסט-פאָרם. געוויסע אַרבעטן און איבערזעצונגען אין / פון אַנדערע שפּראַכן ווערן אויך אָנגעגעבן. דערצו דערשײַנען דאָ צום ערשטן מאָל קאַפּיטלען פון אַ גרעסערער אַרבעט.

מער קיין פּחד ניט -- I דער פּאַסטעך

אַ חוץ די אויבנדערמאָנטע ווערק, האָב איך פון 2005-2012 געאַרבעט איבער 700 שעה בײַם
צוגרייטן און פאַרעפנטלעכן
מײַן גרעסטע אַרבעט ביז הײַנט צו טאָג. 

דאָס זײַנען ליטעראַריש-באַאַרבעטע אויסצוגן פון אַ טאָג-בוך וואָס האָט אַ שײַכות מיט
ניצול-געוואָרענע פון דעם שרעקלעכן "טרײַענגל פײַער" פון ניו-יאָרק,1911. 

עס איז דעמאָלט אויסגעקומען --- פון מערץ 2011 ביז פעברואַר 2012 --- פּונקט 100 יאָר
נאָך דער טראַגעדיע.
 במשך פון 10 חדשים זײַנען אין די יאָרן 2011-2012 פאַרעפנטלעכט
געוואָרן
איינצעלנע קאַפּיטלען פון דער אויסטערלישער געשיכטע.
דערוו
ײַלע איז בלויז אַ טייל דערשינען.

אין זייער אָנדענק, און האָפנטלעך פאַר אַ בעסערן מאָרגן, 

זעט:  "מער קיין פּחד ניט – I דער פּאַסטעך".

*** מיר ווייסן נאָך ניט ווען עס וועלן ווײַטער דערשײַנען נאָך קאַפּיטלען, 

אָבער מסתּמא וועל איך פאַרעפנטלעכן מאַטעריאַל פון צײַט צו צײַט ***

האָט ער געזאָגט - HOT-AIR-gezogt

מיר עפענען אַ נײַעם קאַפּיטל אין אונדזער שרײַבערישער שעפערישקייט מיט אַ מולטי-שפּראַכיקע פּעריאָדישע סעריע פון דערהײַנטיקטע ידיעות, מיינונגען, קריטיק, און אַזוי ווײַטער אויף כּלערליי טעמעס, אָבער דער עיקר וועגן ייִדיש, ייִדישקייט, און ישֹראל. דאָס איז אַ מין אינטערנעץ רובריק - ענלעך צו דעם וועב-פּינקס וואָס מע רופט עס אָן "בלאָג" (בלע"ז). דער דעביו פונעם וועבזײַטל הייבט זיך אָן מיט אַ וויץ וואָס קלערט אויף, מיין איך, די הויפּט געדאַנק פון דעם אידיאָמאַטישן "האָט ער געזאָגט - HOT-AIR-gezogt" (זעט: 2012-10(Oct)26–vits.html)

פאַר מער אינפאָרמאַציע וועגן די וועבזײַטן, וואָס זיי זײַנען און פאַרוואָס זיי זײַנען, 
זעט דעם מולטי-שפּראַכיקן וועבז
ײַטל "וועגן".

וועגן לייבל באָטוויניק

לייבל איז געבוירן און אויפגעהאָדעוועט געוואָרן אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע. דאָרט האָט ער זיך געלערנט אין די ייִדישע טאָג-שולן (פּרץ-שול און ביאַליק מיטל-שול), און אָנגעהויבן פרי זיך אויסצייכענען אין שרײַבן אויף ייִדיש, און בכלל אָנטיילנעמען אין דער אָרטיקער רײַכער ייִדיש-ייִדישער קולטור לעבן. אונטערן אײַנפלוס פון זײַן פאָטער דוד, אַ מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר פון ווילנע (זעט: www.Botwinikmusic.com), האָט ער אײַנגעזאַפּט אין זיך אַ רײַכן קולטור אוצר פון ייִדיש-ייִדישן וויסן – סײַ אין וואָרט און סײַ אין ליד – און באַקומען אַן אומבאַזיגלעכן קעמפערישן אָפּטימיזם לגבי דער צוקונפט פון ייִדיש לעבעדיק גערעדט לשון.

לייבל איז עולה געווען קיין ארץ ישׂראל אין יאָר 1989. ער האָט דאָ חתונה געהאַט מיט אַ ייִדיש מיידל פון אַ גוטער משפּחה פון די מיזרח עדות, און געבויט אַ היים באַזירט אויף ייִדיש, ייִדישקייט, און גוט אײַנגעוואָרצלטע ייִדישע נאַציאָנאַלע פּרינציפּן.

פון פאַך אַ קאָמפּיוטער וויסנשאַפטלער, פאַרנעמט ער זיך אין זײַן פרײַער צײַט מיט ייִדיש לשון און קולטור, און מיטן איבערגעבן די ווײַטערדיקע דורות אַ ליבשאַפט צו מאַמע-לשון. מיט זײַנע אייגענע קינדער רעדט ער ייִדיש – און מיט יעטוועדן, ווער עס וויל און קען, יונג צי אַלט.

ער האַלט לעקציעס איבערן לאַנד וועגן ייִדישער ליטעראַטור, לשון, און ליד. פון צײַט צו צײַט, פאַרעפנטלעכט ער אַן אַרטיקל, קאָמענטאַר, ליד, צי מעשׂה אויף ייִדיש – סײַ אין דער ייִדישער פּרעסע, און סײַ איבערן אינטערנעץ.

= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = 

 ס'נײַשרײַב | פאַרבינדפּונקטן | מאַפּע | וועגן | תּוכן | מ.ק.פּ. | היים

= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =